לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...
14.7 רות לעווין זינגט אין נתּניה זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס...
6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...
אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָך איציק מאַנגער דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ...
יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״ אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער...
6.6 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין נצרת־עלית דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם...
23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע

 קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.

תּנאָים פֿונעם קאָנקורס

איין דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן זײַנע געװינער. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו די פּרײַזן: ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים; ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים; ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים.

דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז מיטוואָך 21.8.2019, 23:59 אַ זײגער.

כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, װענדט זיך ביטע אין ביוראָ פֿון דער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס yiddish@yidreshut.co.il

vilnius2019

אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר 15 ישׂראלדיקע סטודענטן, װעלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דעם געביט. די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור בשותּפֿות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס


אַ פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן 13.6.2019 אין אשקלון

ashk 2019

ashk2019


ירושלים, בית הנשיא, 20.11.2018די צוטיילונג פֿון די ערנפּרײַזן פֿאַר ייִדישער קולטור דער זינגערין חוה אַלבערשטיין און דעם דיכטער משה סחר

ceremony1

ceremony2

ceremony4

פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין און משה סחר


די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז געגרינדעט געװאָרן אינעם יאָר 1996 לױטן באַשלוס פֿונעם כּנסת, װעלכער האָט אָנגענומען דעם געזעץ וועגן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די אינסטאַנץ איז באַשעפֿטיקט, צווישן אַנדערן, מיט די קומענדיקע אויפֿגאַבעס: 

* באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען;
* שטיצן די פֿאָרשונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרברייטערן און פֿאַרבעסערן דעם אונטערריכט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור;
* דערמוטיקן די קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש;
* זאַמלען, דאָקומענטירן און קאַטאַלאָגיזירן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרעפֿנטלעכן די בולטע ווערק
פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור סײַ אינעם מקור, סײַ אין דער העברעיִשער איבערזעצונג;
* מיטאַרבעטן מיט באַקאַנטע ייִדישע קולטור־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד;
* איבערגעבן די ייִדישע קולטור־טראַדיציע די קינפֿטיקע דורות.

לייענט די אַרטיקלען וועגן אונדזער טעטיקייט, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" דעם 21סטן אויגוסט 2015 און דעם 10טן יאַנואַר 2016 

uflebung jr

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn