לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

מיר זעצן פֿאָר פֿאַרעפֿנטלעכן סטודענטישע אַרבעטן, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 4 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, װערט דעמאָנסטרירט אויפֿן פֿעסטיװאַל אין ירושלים דער פֿילם "שװאַרצער האָניק - אַבֿרהם סוצקעװערס לעבנס־געזאַנג" ("דבש שחור – שירת חייו של אברהם סוצקבר"), געשאַפֿענער...
7.8 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין תּל־אָבֿיבֿ  דינסטיק, דעם 7טן אויגוסט 2018, 16:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, תּל־אָבֿיבֿ)...
10.7 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין גן־שׂורק דינסטיק, דעם 10טן יולי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שׂורק (לעבן...
פֿאָטאָ און ווידעאָ פֿונעם אַל־ישׂראלדיקן פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן אין אַשקלון דעם 21סטן יוני 2018 אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער איז צום 22סטן מאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער...
אַ קראַנץ אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 12טן אַפּריל 2018 האָט די דעלעגאַציע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־קורסן אויף דער וועלט אינעם זומער 2018 זומער 2018 וועלן אויף דרײַ קאָנטינענטן פֿאָרקומען קורסן און וואַרשטאַטן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור....
9.7 אָוונט אין תּ"א לכּבֿוד דעם יאָרטאָג פֿון דער לידער־סטודיע א"נ פֿון נ' ליפֿשיץ מאָנטיק, דעם 9טן יולי 2018, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבֿירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) װעט...
קול קורא: נײַדוס־פּראָיעקט - נײַע ייִדישע אַנימירטע פּאָעמעס כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ
5.6 אין תּ"אָ – אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס בוך דינסטיק, דעם 5טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (ראָזענבערג־געבײַדע)...
4.6 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין חדרה מאָנטיק, דעם 4טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט...
13.6 קאָנצערט פֿון דער סטודיע־שילערס אין קרית־אונו מיטוואָך, דעם 13טן יוני 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן...
מיר זעצן פֿאָר פֿאַרעפֿנטלעכן סטודענטישע אַרבעטן, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 4 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
17.5 "שמועס צווישן קרובֿים" אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 17טן מאַי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם אורי־צבֿי־גרינבערג־הויז (יפֿו־גאַס 34, ירושלים) װעט...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע

דער ערשטער פֿילם אױף ייִדיש איז דערשינען אין 1911־טן יאָר. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט די ייִדישע קינאָ־קונסט זיך אַנטוויקלט, דער עיקר, אין פּוילן און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הײַנט צו טאָג שאַפֿט מען פֿילמען אויף ייִדיש אין ישׂראל, פֿ"ש און אַנדערע לענדער.

והאָ־ראַיה, אינעם יאָר 2014 האָט דער קאַנאַדער פֿילם אױף ייִדיש "די שפּילקע" געוווּנען דעם ערשטן פּרײַז אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין וואַרשע. וועגן דעם לייענט די אַרטיקלען אויף ייִדיש און אויף ענגליש.

אין דעם זעלבן יאָר איז אין ישׂראל, מיט דער הילף פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, פּראָדוצירט געװאָרן דער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעװיס־זינגער". ער װערט פּרעזענטירט אױף פֿאַרשידענע פֿעסטיװאַלן איבער דער גאָרער װעלט און באַקומט אױסערגעװײנלעכע אָפּרופֿן. 

דער דאָזיקער פֿילם האָט אױפֿגעמאַכט דעם פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע פֿילמען, װעלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער "לינקאָלן־צענטער", און האָט אױסגעהאַלטן דרײַ פּרעזענטירונגען בײַ פֿולגעפּאַקטע זאַלן. דער פֿילם האָט אויך אָנטײלגענומען אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיװאַל אין מאַיִאַמי און איז אָנגענומען געװאָרן בײַם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיװאַל אין סיִעטל. אַחוץ דעם, איז דער דאָזיקער פֿילם אײַנגעלאַדן געװאָרן צו אַ סך אַנדערע ייִדישע פֿעסטיװאַלן: אין פֿילאַדעלפֿיע, אין װאַשינגטאָן, אין לאַס־װעגאַס, אין טאָראָנטע, אין קאָפּענהאַגען, אין פּיטסבורג א"אַ.

דעם זומער 2015 װעט דער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעװיס־זינגער" אָנטײלנעמען אין אַ גרױסן און בכּבֿודיקן ייִדישן פֿעסטיװאַל אין סאַן־פֿראַנסיסקאָ. פּאַראַלעל מיט די פּרעזענטאַציעס אין אױסלאַנד, װערט ער דעמאָנסטרירט אין תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה, ירושלים און אין אַ סך אַנדערע שטעט פֿון מדינת־ישׂראל.

אַרטיקלען אויף ענגליש וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינאָ (1 2)

אויספֿירלעכער אַרטיקל אויף העברעיִש

פֿילם וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן קינאָ

דאָס ספּעציעלע וועבזײַטל אויף ענגליש

י. הלחמיס אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן ייִדישן קינאָ אין ארץ־ישׂראל

ד. דאָלינקאָס אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן ייִדישן קינאָ אין פּוילן

צווישנדלעך (פֿאַרבינדונגען) צו זען ייִדישע פֿילמען

דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע קהילות אין מזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה

דאָקומענטאַלער פֿילם וועגן ירושלים, פּראָדוצירט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור

פֿילם וועגן תּל־אָבֿיבֿ "אויף וועלכער שפּראַך רעדט דער ים?", פּראָדוצירט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור

דאָקומענטאַלער פֿילם "די מוזעס פֿון באַשעוויס־זינגער", פּראָדוצירט מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאַנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור

דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן די ייִדישע קולטור־טוערס

אינפֿאָרמאַציע־באַזע וועגן ייִדישן קינאָ 

צענטער פֿונעם ייִדישן קינאָ אין בראַנדייס־אוניווערסיטעט, מאַסאַטשוסעטס, פֿ"ש

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn