אַנאַבעלאַ יעקבֿ ע"ה – די שױשפּילערין אין טעאַטערס אױף ייִדיש און העברעיִש |
ירושלים, בית הנשיא, 20.11.2018. די צוטיילונג פֿון די ערנפּרײַזן פֿאַר ייִדישער קולטור דער זינגערין חוה אַלבערשטיין און דעם דיכטער משה סחר
פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין און משה סחר
דער אַקטיאָר יעקבֿ בודו (דער לאַורעאַט פֿאַר דעם יאָר 2016) טרעט אויף אויף דער צוטיילונגס־צערעמאָניע
אויף דער צוטיילונגס־צערעמאָניע אין 2018 זײַנען אויפֿגעטראָטן מיקה כּהן און עומר חלמיש - די שילערינס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער מיטלשול א"ן פֿון תּלמה ילין מיט דער שטיצע פֿון דער אינסטאַנץ
די צערעמאָניע פֿון צוטיילן די פּרײַזן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור:
דעם 27סטן נאָוועמבער 2017 , תּל־אָבֿיבֿ
פֿון לינקס אױף רעכטס: ישׂראל טרייסטמאַן - לײטער פֿון דער צערעמאָניע, אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל"; ד"ר שׂרה זיו - פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ; ליִאַ קעניג - לאַורעאַטין; גלית והבה שאשו – פֿאָרשטײערין פֿונעם קולטור־מיניסטעריום; יהודית סולל – גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער אינסטאַנץ
פֿון לינקס אױף רעכטס :פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך – לאַורעאַט; ד"ר שׂרה זיו - פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ; יהודית סולל – גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער אינסטאַנץ
שילערינס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער גימנאַזיע א"ן פֿון בן־צבֿי אין קרית־אונו
דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט איינשטימיק באַשלאָסן צוצוטיילן דעם ערנפּרײַז פֿאַרן יאָר 2015 דער ייִדישער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. די פּאָעטעסע װערט באַלױנט פֿאַר אירע אָנגעזעענע שעפֿערישע דערגרייכונגען אױפֿן געביט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג. פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יוסי זעליגער
די אינסטאַנץ טיילט צו ערע־פּרײַזן פֿאַר די בולטע אױפֿטוען און אָנגעזעענע שעפֿערישע דערגרייכונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ווי אויך פֿאַר דער לאַנגיאָריקער פֿרוכטבאַרער טעטיקייט לטובֿת דער ייִדישער קולטור מיט אַ כּװנה צו באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור־טראַדיציע און אױף אַזאַ אופֿן זי אָפּהיטן, אַנטוויקלען און איבערגעבן די קינפֿטיקע דורות.
דער פּרײַז ווערט צוגעטיילט איין מאָל אַ יאָר צו אַן אַנשטאַלט, אַ שעפֿערישער גרופּע אָדער אַ זעלבשטענדיקן קינסטלער. דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַט בײַ דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ באַשליסט, אין וועלכן קולטור־תּחום זאָל דער פּרײַז צוגעטיילט ווערן דאָס יאָר, און נאָמינירט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמיסיע. די דאָזיקע קאָמיסיע שטעלט פֿעסט די אַנטשפּרעכיקע קריטעריעס, באַהאַנדלט די געהעריקע קאַנדידאַטורן און באַשטימט דעם נאָמען פֿונעם לאַורעאַט.
שמואל עצמון־װירצער (דער ערשטער פֿון לינקס) - אַקטיאָר, רעזשיסאָר, גרינדער פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל" - באַקומט דעם פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2014. לעבן אים, פֿון לינקס אויף רעכטס: די מיניסטאָרין פֿון קולטור און ספּאָרט לימור לבֿנת; די פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ ד"ר שׂרה זיו; דער אַקטיאָר און מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער אינסטאַנץ ישׂראל טרייסטמאַן