seker

FaceBook

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

24.1 לעקציע וועגן פֿלייש, כּשרות, ליטעראַטור און פּאָליטיק אין תּ"א פֿרײַטיק, דעם 24סטן יאַנואַר 2020, 11:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
23.1 פּרעזענטאַציע פֿון א' קרתס בוך אויף ייִדיש אינעם לייוויק־הויז, תּ"א דאָנערשטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2020, 19:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
14.1 פֿאָרשטעלונג פֿון בײלע בריקס־קלײן אין ראשון־לציון דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס...
14.1 רות לעווין זינגט אין תּל־אָבֿיבֿ אין ״אַטלאַנטידיש״  דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 20:00 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די...
די אַקטריסע אַנאַבעלאַ יעקבֿ ע"ה אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿון דער אַקטריסע פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל",  דער...
אַ ברכה צו דער אַקטריסע ליִאַ קעניג ‎מיר באַגריסן די ישׂראלדיקע אַקטריסע ליִאַ קעניג, די לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער...
ד"ר מיכאל לוקינס דיסערטאַציע, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור טיילט צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן לערנגראַד און די פּאָסטדאָקטאָראַנטן, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די סטיפּענדיעס זײַנען באַשטימט פֿאַר סטודענטן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט שטודיעס און פֿאָרשונגען אין ליטעראַטור, געשיכטע, קונסט אאַ"וו.

די אינסטאַנץ שטיצט אונטער די פֿאָרשונגען, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן בײַטראָג אינעם ענין פֿון אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור.

 

אָנווײַזונגען בנוגע צושטעלן אַ ווענדונג פֿאַר אַ פֿאָרשונגס־סטיפּענדיע

די ווענדונג מוז אַנטהאַלטן:

* אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אײַנשליסנדיק די פּרטים װעגן דער אױסבילדונג, פּובליקאַציעס און באַטייליקונג אין קאָנפֿערענצן;

* די צײַגעניש פֿונעם לערן־אַנשטאַלט מיט אַ באַשטעטיקונג פֿון דער פֿאָרשונגס־טעמע און אָנווײַזונג  פֿונעם לערניאָר;

* דעם טיטל פֿון דער פֿאָרשונג און איר אינהאַלט, דעם אויספֿירלעכן פּלאַן און די השערה, ווען זי וועט פֿאַרענדיקט ווערן;

* אַ קורצע, ביז 700 ווערטער, באַגרינדונג פֿון דער רעלעוואַנטקייט פֿון דער טעמע און איר בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור;

* אַ רעקאָמענדאַציע־בריוו פֿונעם דיסערטאַציע־אָנפֿירער;

* די ליסטע פֿון די שטיצעסאָדער סטיפּענדיעס, וועלכע זײַנען פֿריִערצוגעטײלט געוואָרן דעם קאַנדידאַט דורך אַנדערע אינסטיטוציעס.

 

אויפֿקלערונגען

די סטיפּענדיע איז באַשטימט פֿאַר די בירגערס און אײַנוווינערס פֿון מדינת־ישׂראל (מען מוז בײַלייגן אַ קאָפּיע פֿונעם אידענטיטעט־שײַן).

די סטיפּענדיע קען מען באַקומען בלויז איין מאָל.

מען קען צושטעלן די סטיפּענדיע־ווענדונגען בנוגע די אַרבעטן, געשריבענע אויף ייִדיש, העברעיִש אָדער ענגליש. די בכורה וועט געגעבן װערן די אַרבעטן אויף ייִדיש. די ווענדונגען מוז צוגעשטעלט ווערן אויף העברעיִש.

דער פֿאַרנעם פֿון דער סטיפּענדיע פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד איז 6,000 ₪

דער פֿאַרנעם פֿון דער סטיפּענדיע פֿאַרן דריטן אַקאַדעמישן גראַד און פֿאַר פּאָסטדאָקטאָראַנטן איז 8,000 ₪.

די סטיפּענדיאַנטן וועלן באַקומען די ערשטע העלפֿט פֿון דער סטיפּענדיע נאָך דער באַשטעטיקונג פֿון דער אינסטאַנץ־קאָמיסיע; די צווייטע העלפֿט – נאָך דעם, ווי דער אַקאַדעמישער אָנפֿירער פֿונעם פּראָעקט וועט באַשטעטיקן, אַז די אַרבעט איז פֿאַרענדיקט.

די צאָל פֿון די סטיפּענדיעס וועט באַשטימט ווערן און אָפּהענגיק זײַן פֿון דער צאָל ווענדונגען, וועלכע שטימען מיט די פֿון אויבן דערמאָנטע קריטעריעס און תּנאָים פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, און לױט אירע בודזשעט־כּללים.

די ווענדונג מוז צוגעשטעלט ווערן אויפֿן פֿאָרמולאַר פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און געשיקט ווערן אויפֿן אַדרעס: קפּלן־גאַס 17, תּל־אבֿיבֿ.

טעלעפֿאָן־נומער 03-6006325, פֿאַקס 03-5045251, בליצפּאָסט yiddish@yidreshut.co.il

 

די פֿאַרפֿליכטונגען פֿון אַ סטיפּענדיאַנט

נאָכן פֿאַרענדיקן די פֿאָרשונג, מוז דער סטודענט דערלאַנגען דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור די באַשטעטיקונג פֿונעם אַקאַדעמישן אָנפֿירער, װי אױך צוויי קאָפּיעס פֿון דער פֿאָרשונג, אײַנשליסנדיק איין קאָפּיע דורך דער אינטערנעץ.

דער סטיפּענדיאַנט וועט דערלױבן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פֿאָרשונגס־קאָנספּעקט אויפֿן וועבײַטל פֿון דער אינסטאַנץ.

אין דער אַרבעט גופֿא און אין אַלע אירע פּובליקאַציעס איז דער סטודענט מחויבֿ אָנווײַזן, אַז די פֿאָרשונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. צו יעדער פּובליקאַציע מוז בײַגעלייגט ווערן די עמבלעם פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.