לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...
13.6 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן איו אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 13טן יוני 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 23סטן מאָל...
אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן ע"ה אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם ישׂראלדיקן ייִדישן שוישפּילער און...
יוני - יולי 2019: זומער־קורס אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿונעם 30סטן יוני ביזן 25סטן יולי 2019 וועט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרקומען דער...
24.5 קאָנצערט פֿון די סטודיע־שילערס אין קרית־אונו פֿרײַטיק, דעם 24סטן מאַי 2019, 13:00 אַ זייגער, אינעם זאַל "דגנית" (צה"ל־גאַס 104,...
14.5 תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע זינגען אין ראשון־לציון דינסטיק, דעם 14טן מאַי 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס...
13.5 קאָנצערט פֿון יעקבֿ שפּירא אין חדרה מאָנטיק, דעם 13טן מאַי 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש...
13.6 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 13טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
22.5 לעקציע פֿון קובי לוריא אין גוש־עציון מיטוואָך, דעם 22סטן מאַי 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם גוש־עציונער ייִדיש־קלוב (מתנ"ס גוש־עציון, אלון־שבֿות)...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


 אַלגעמײנע תּקנות

​נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור (װײַטער – "אינסטאַנץ") לײגט אײַך פֿאָר אינפֿאָרמאַציע מיט דער הילף פֿון אַ דיסטאַנצירטער אינטערנעץ־באַדינונג (װײַטער – "באַדינונג־אַמט"), און לױט די װײַטער דעקלאַרירטע תּנאָים. דער באַגריף "באַניצער" באַדײַט יעדן מענטש, װעלכער שאַפֿט אַ פֿאַרבינדונג אָדער פֿאַרבינדט זיך מיטן באַדינונג־אַמט.

אױטאָרישע רעכט

​לױט די געזעצן לגבי די אױטאָרישע רעכט אין מדינת־ישּׂראל, װי אױך לױט די אינטערנאַציאָנאַלע דעקלאַראַציעס, – די אױטאָרישע רעכט אין די פּובליקאַציעס פֿון דער "אינסטאַנץ", אײַנרעכנדיק די, װעלכע זײַנען פּובליקירט געװאָרן מיט דער הילף פֿונעם "באַדינונג־אַמט", געהערן דער אינסטאַנץ. די דאָזיקע רעכט װערן פֿאַרשװאַכט, און צװישן זײ, – די רעכט אױף די טעקסטן, בילדער, אילוסטראַציעס, מאַפּעס, קלאַנג־פֿראַגמענטן, װידעאָ־פֿראַגמענטן, גראַפֿישע װערק און אױספֿיר־פּראָגראַמען (װײַטער – "באַשיצטער מאַטעריאַל"), אױסער יענע פֿאַלן, װען ס'װעט קלאָר װערן, אַז די אױטאָרישע רעכט פֿונעם "באַשיצטן מאַטעריאַל" געהערן אַן אַנדערן מחבר.

דער "באַניצער" האָט רעכט אױף אַ געהעריקן באַניץ מיטן "באַשיצטן מאַטעריאַל" לױט די געזעצלעכע כּללים. אַ געהעריקער באַניץ מיט די מאַטעריאַלן מײנט אױך דאָס ציטירן פֿון די "באַשיצטע מאַטעריאַלן". בעתן ציטירן מוז דער באַניצער אָנמערקן דעם מקור פֿונעם ציטאַט, סײַ װען עס רעדט זיך װעגן דער "אינסטאַנץ" און סײַ װעגן אַן אַנדערן מקור. עס איז פֿאַרװערט אַ װעלכע ניט איז פֿאַרקריפּלונג, פּגם, ענדערונג אָדער אַן אַנדער האַנדלונג, װעלכע פֿאַרמינערט די װערט פֿונעם "באַשיצטן מאַטעריאַל" און קען אָנרירן דעם כּבֿוד און דעם שם־טובֿ פֿון אַ פּערזאָן, װעמען געהערן די אױטאָרישע רעכט פֿונעם מאַטעריאַל.

לױט די געזעצן װעגן די אױטאָרישע רעכט, דעם "באַניצער" איז פֿאַרבאָטן קאָפּירן, פֿאַרשפּרײטן, טראַנסלירן און פֿאַרעפֿנטלעכן פֿון ס'נײַ דעם חומר פֿונעם "באַשיצטן מאַטעריאַל" אָן אַ שריפֿטלעכער הסכּמה פֿון דער "אינסטאַנץ".

פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט

​דער "באַדינונג־אַמט" לײגט פֿאָר דעם ברײטן עולם אַ געװיסן מאַטעריאַל (כמות שהוא, "As Is"). די "אינסטאַנץ" איז ניט פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער אָרנטלעכקײט פֿון די באַציִונגען צװישן דעם "באַדינונג־אַמט" און דעם "באַניצער".

דער "באַדינונג־אַמט" װעט צולײגן אַלע כּוח כּדי דער אינהאַלט פֿון די מאַטעריאַלן אױפֿן װעבזײַטל זאָל זײַן כּשורה און אַקטועל, און גלײַך מיט דעם, די "אינסטאַנץ" װעט ניט זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די מעגלעכע טעותים און גרײַזן אינעם "באַשיצטן מאַטעריאַל", װעלכן פּרעזענטירט דער "באַדינונג־אַמט". די "אינסטאַנץ" װעט ניט טראָגן קײן שום פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר די ענדערונגען, װעלכע װעלן געמאַכט װערן אינעם "באַשיצטן מאַטעריאַל", װעלכן פּרעזענטירט דער "באַדינונג־אַמט", װי אױך ניט פֿאַר די ענדערונגען, װעלכע האָט אַרײַנגעבראַכט אַ װעלכער ניט איז זײַטיקער באַניצער, און ניט פֿאַר די פּובליקאַציעס פֿון אַ װעלכן ניט איז זײַטיקן פֿאַקטאָר. דער "באַניצער" אַלײן איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן אופֿן, אױף װעלכן ער באַניצט די מאַטעריאַלן פֿונעם "באַדינונג־אַמט".

די "אינסטאַנץ" װעט ניט זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די הזקות, װעלכע האָט געליטן אַ װעלכער ניט איז באַניצער, סײַ װי אַ דירעקטער און סײַ װי אַן אומדירעקטער רעזולטאַט פֿון באַניצן זיך מיט דער הילף פֿונעם "באַדינונג־אַמט", אײַנרעכנדיק די הזקות, װאָס זײַנען גורם געװען דעם באַניצער װי אַ רעזולטאַט פֿון ניצן אַ פּראָגראַם, װאָס איז קאָפּירט געװאָרן בײַ דעם "באַדינונג־אַמט", אָדער װי אַ רעזולטאַט פֿון באַניצן זיך מיט אַ "באַדינונג־אַמט"־פּראָגראַם, און באַזונדער – מיט דער אינטערנעץ־פּראָדוקציע, דהײַנו:cgi Java, JavaScript, Active-X .

צום ענין פֿון דעם דאָזיקן פּאַראַגראַף, – דער באַגריף "אינסטאַנץ" שליסט אין זיך אײַן אירע באַאַמטע און אירע פֿאָרשטײערס.

פֿאַרבינדונגען

​אין דער דאָזיקער באַדינונג געפֿינען זיך פֿארבינדונגען (links) צו אַנדערע װעבזײַטלעך. די װײַטערדיקע אינסטרוקציעס זײַנען גילטיק פֿאר די באַניצערס מיט די־אָ פֿאַרבינדונגען, און די דאָזיקע אינסטרוקציעס פֿאַרמינערן ניט אַלע אַנדערע באַניץ־באַדינגונגען. די פֿאַרבינדונגען זײַנען לטובֿת דער באַקװעמקײט פֿונעם באַניצער און נאָר דער באַניצער אַלײן איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן באַניצן זיך מיט זײ.

צום עניין פֿון די פֿאַרבינדונגען צו די אױסערלעכע װעבזײַטלעך, װעלכע געהערן ניט דער "אינסטאַנץ" (װײַטער – "די אױסערלעכע װעבזײַטלעך"), – אױב דאָס װעבזײַטל האָט ניט קײן ספּעציעלע אָנמערקונגען, דאַן מײנט עס, אַז עס זײַנען ניטאָ קײן יורידישע אָדער געשעפֿטלעכע באַציִונגען צװישן דער "אינסטאַנץ" און דעם "אױסערלעכן װעבזײַטל" און די "אינסטאַנץ" האָט ניט אַ װעלכע ניט איז רעכט אָדער הערשונג איבער די מאַטעריאַלן, װעלכע געפֿינען זיך אױף די "אױסערלעכע װעבזײַטלעך". די "אינסטאַנץ" איז ניט פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן אינהאַלט פֿון די מאַטעריאַלן, װעלכע געפֿינען זיך אױף די "אױסערלעכע װעבזײַטלעך".

מע טאָר ניט פֿאַרטײַטשן די פֿאַרבינדונגען צו די "אױסערלעכע װעבזײַטלעך" װי אַ שטעמפּעל, דערלױבעניש, רעקאָמענדאַציע אָדער אַ פּריאָריטעט־זשעסט פֿון דער "אינסטאַנץ" צו די אױסערלעכע פֿאַרבינדונגס־װעסזײַטלעך, אײַנשליסנדיק די דאָקומענטן און אַנדערע מאַטעריאַלן, װעלכע פֿאַרמאָגן די אױסערלעכע װעבזײַטלעך, און אױך ניט צו זײערע אײגנטימער אָדער צו די זאַכן, װאָס זײַנען פֿאָרגעשטעלט אױף די אױסערלעכע װעבזײַטלעך.

דאָס אײַננעמען אַ פֿאַרבינדונג צו דער באַדינונג, באַדײַט אַז די אינפֿאָרמאַציע אױפֿן פֿאַרבינדטן װעבזײַטל איז סײַ פּאַסיק די צילן פֿונעם באַדינונג־געבער און סײַ איז אין אָרדענונג. אָבער, עס קען זײַן, אַז אין פֿאַרלױף פֿון צײַט װעלן פֿאָרקומען ענדערונגען אױפֿן פֿאַרבינדונגס־װעבזײַטל. אױב דער באַניצער װעט האַלטן, אַז דאָס װעבזײַטל אָדער דער פֿאַרבינדונגס־מאַטעריאַל זײַנען ניט פּאַסיק, אָדער דער באַניצער װעט געפֿינען אַז די פֿאַרבינדונג איז ניט אין אָרדענונג, קען דער באַניצער מעלדן װעגן דעם די אַדמיניסטראַציע פֿונעם װעבזײַטל (webmaster). אױב דער באַניצער איז זיכער, אַז עס עקזיסטירט אַן אַנדער װעבזײַטל, װאָס גילט פֿאַר דער זעלבער באַדינונג, קען דער באַניצער מעלדן װעגן דעם די אַדמיניסטראַציע פֿונעם װעבזײַטל (webmaster).

דאָס אָפּהיטן די סודותדיקײט

​פּריװאַטע אינפֿאָרמאַציע, װעלכע װעט איבערגעגעבן װערן דער "אינסטאַנץ" בעת דער באַדינונג, װעט אָפּגעהיט װערן װי אַ סוד, אין הסכּם מיט די אָנװײַזונגען צום געזעץ װעגן דער אײגנטימלעכקײט־שוץ, התשמ"א - 1981.

די מאַטעריאַלן פֿונעם װעבזײַטל זײַנען גלײַכװערטיק סײַ אין לשון־זכר און סײַ אין לשון־נקבֿה.

נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור היט אָפּ דאָס רעכט צו ענדערן, אָפּשטעלן אָדער אָפּרופֿן די מאַטעריאַלן פֿונעם װעבזײַטל.

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn