
אין אַלע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן לערנט מען די ייִדישע שפּראַך.
תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט
ליטעראַטור־לימודים פֿאַרן צווייטן גראַד
עס זײַנען פֿאַראַן אַקאַדעמישע קורסן אין די ראַמען פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה גאָלדרײַך. די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם אינסטיטוט איז פּראָפֿ' חנה ווירט־נשר. יערלעך ווערן דורכגעפֿירט אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַמען פֿאַרן ייִדיש־לימוד אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־כּדר. טעלעפֿאָן 03-6407805
בר־אילן־אוניווערסיטעט, רמת־גן
בײַם ייִדיש־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון רינה קאָסטאַ קומען פֿאָר ייִדישע לימודים פֿאַר אַלע דרײַ אַקאַדעמישע גראַדן, מיט דער עקסקלוזיווער מעגלעכקייט צוצושטעלן אַלע אַרבעטן און דיסערטאַציעס אויף ייִדיש. דער אַקאַדעמישער פֿאַרוואַלטער פֿונעם צענטער איז פּראָפֿ' נתי כּהן. טעלעפֿאָן 03-5318630
העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים
אינעם דאָזיקן אוניווערסיטעט ווערן די ייִדיש־לימודים דורכגעפֿירט אין די ראַמען פֿון דער קאַטעדרע פֿאַר העברעיִשער ליטעראַטור, ייִדיש און פֿאָלקלאָר, אינעם אינסטיטוט פֿאַר יודאַיִסטיק אויף מענדל־נאָמען, וועלכער געפֿינט זיך אינעם קאַמפּוס הר־הצופֿים. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אינסטיטוט איז פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן. טעלעפֿאָן 02-5883616
בן־גוריון־אוניווערסיטעט, באר־שבֿע
דער דאָזיקער אוניווערסיטעט לייגט פֿאָר אַ קאָמבינירטן צווישן־אוניווערסיטעטן־פּראָגראַם פֿון לימודים פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור צווישן־אוניווערסיטעטן־פּראָגראַם פֿון לימודים פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. טעלעפֿאָן 08-6461105
חיפֿהער אוניווערסיטעט
דער דאָזיקער אוניווערסיטעט לייגט פֿאָר אַ קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך; עס איז אָבער נישטאָ קיין מעגלעכקייט זיך צו ספּעציאַליזירן אויף דעם געביט. דער לעקטאָר איז אורן ראָמאַן. טעלעפֿאָן 04-8240560
אַריאלער אוניווערסיטעט אין שומרון
דער דאָזיקער אוניווערסיטעט לייגט פֿאָר קורסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר אָנפֿאַנגערס און פֿאָרגעשריטענע אין די ראַמען פֿון לימודים פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה. דער לעקטאָר איז דר' װעלװל טשערנין.