
די ייִדישע דראַמאַטורגיע אַנטװיקלט זיך זינט סוף 19־טן יאָרהונדערט און איז געוואָרן איינע פֿון די לייטנדיקע צװײַגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
דער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן רעכנט זיך פֿאַר דעם פֿאָטער פֿונעם ייִדישן פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער. לייענט וועגן אים אויף העברעיִש און אויף ענגליש, זעט דעם דאָקומענטאַלן פֿילם.
דער גרעסטער ייִדישער שריפֿטשטעלער שלום־עליכם האָט זיך פֿיל באַשעפֿטיקט מיט דראַמאַטורגיע. אױף אונדזער װעבזײַטל װערט ער דערמאָנט צװישן די קלאַסיקערס.
די ייִדישע דראַמאַטורגיע װערט אױך רעפּרעזענטירט דורך די בולטע דראַמאַטורגן:
אַלטער־שלום קאַציזנע (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש, דאָקומענטאַלער פֿילם)
דוד פּינסקי (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש, דאָקומענטאַלער פֿילם)
ה. לייוויק / האַלפּערן (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש, אַרטיקל אויף ייִדיש, דאָקומענטאַלער פֿילם)
ש. אַנ־סקי / שלמה־זײַנוול ראַפּאָפּאָרט (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש, דאָקומענטאַלער פֿילם, פֿון זײַנע ווערק)
פֿישל בימקאָ (אינפֿאָרמאַציע אויף ענגליש, דאָקומענטאַלער פֿילם)
פּרץ הירשביין (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש, דאָקומענטאַלער פֿילם)
מלך ראַוויטש (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש)
יעקבֿ גאָרדין (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און דאָקומענטאַלער פֿילם)
אַהרן צײטלין (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף ענגליש)
מיכאל פֿעלזענבאַום (אינפֿאָרמאַציע אויף העברעיִש און אויף רוסיש)
זלמן זילבערצװײַגס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער": מקור און איבערזעצונג אויף ענגליש