פֿאַר די קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור רעכענען זיך געוויינלעך מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און יצחק־לייבוש פּרץ. די דרײַ שריפֿטשטעלערס האָבן אַרײַנגעטראָגן אַן אומאָפּשאַצלעכן צושטײַער סײַ אין דער פּראָזע, סײַ אין דער דיכטונג, סײַ אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שפּראַך.
צו דער־אָ קאַטעגאָריע וואָלט מען געדאַרפֿט צורעכענען אויך דעם פּראָזאַיִקער יצחק באַשעוויס־זינגער, וועלכער איז אינעם יאָר 1978 באַלױנט געוואָרן מיטן נאָבעל־פּרײַז אין ליטעראַטור־געביט.
מענדעלע מוכר־ספֿרים (וועמענס אמתער נאָמען איז געווען שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש) איז געבוירן געװאָרן דעם 2־טן יאַנואַר 1836 אינעם שטעטל קאַפּוליע (הײַנט געהערט צו ווײַסרוסלאַנד) און געשטאָרבן דעם 8־טן דעצעמבער 1917 אין אָדעס (הײַנט אין אוקראַיִנע).מען פֿלעגט אים רופֿן "דערזיידעפֿון דער ייִדישער ליטעראַטור", ווײַל ער איז געווען דער ערשטער ייִדישער נאָוועליסט; אַ דאַנק זײַנע װערק איז באַרײַכערט און באַנײַט געװאָרן די ייִדישע שפּראַך.
לייענט נאָך וועגן אים אויף העברעיִש און אויף ענגליש.
שלום־עליכם (וועמענס אמתער נאָמען איז שלום ראַבינאָוויטש) איז געבוירן געװאָרן דעם 3־טן מערץ 1859 אינעם שטעטל פּערעיאַסלעוו (הײַנט אין אוקראַיִנע) און געשטאָרבן דעם 13־טן מאַי 1916 אין ניו־יאָרק. שלום־עליכם שמט װי דער גרעסטער ייִדישער שריפֿטשטעלער פֿון אַלע צײַטן, איבער הױפּט אַ דאַנק זײַן פֿאָלקסטימלעכן הומאָר און מײַסטערישע באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאָלקס־כאַראַקטערס.
דאָ געפֿינען זיך אַלע שלום־עליכס ווערק אין אַ דיגיטאַלער פֿאָרעם מיטן זוכצעטל און אַ קאָמענטאַר. לייענט נאָך וועגן דעם שרײַבער אויף העברעיִש און אויף ענגליש. זעט דעם דאָקומענטאַלן פֿילם. הערט רעקאָרדירונגען פֿון שלום־עליכמס קול.
יצחק־לייבוש פּרץ איז געבוירן געװאָרן דעם 18־טן מאַי 1851 אינעם שטעטל זאַמאָשטש (פּוילן) און געשטאָרבן דעם 3־טן אַפּריל 1915 אין וואַרשע. ער האָט געשריבן קורצע דערציילונגען און לידער, דער עיקר וועגן פּשוטע מענטשן און וועגן חסידות.
אינעם 1908־טן יאָר איז פּרץ געווען צווישן די בכּבֿודיקע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ.
לייענט נאָך וועגן אים אויף העברעיִש און ענגליש.
יצחק באַשעוויס־זינגער איז געבוירן געװאָרן דעם 21־סטן נאָוועמבער 1902 (לויט אַנדערע אָנגאַבן – דעם 14־טן יולי 1904) אין וואַרשע און געשטאָרבן דעם 24־סטן יולי 1991 אין מאַיאַמי (די פֿאַראייניקטע שטאַטן). ער איז הויפּטזאַכלעך באַרימט געוואָרן אַ דאַנק זײַן פֿילאָסאָפֿישער פּראָזע, אין וועלכער דער שרײַבער באַמיט זיך צו פֿאָרשן די באַציִונגען צווישן די געטלעכע יסודות און דעם מענטשלעכן קיום.
בעתן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז האָט באַשעוויס־זינגער געמאָלדן, אַז ייִדיש האָט נאָך ניט געזאָגט דאָס לעצטע וואָרט. הערט און לייענט זײַנערעדעס בײַם באַקומען דעם פּרײַז. לייענט נאָך וועגן אים אויף ייִדיש, העברעיִש און ענגליש.