לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין...
7.12 קאָנצערט פֿון דער סטודיע־שילערס אין קרית־אונו מוצאי־שבת, דעם 7טן דעצעמבער 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן...
20.11 - 6.12 קאַבאַרעט אויף ייִדיש אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה פֿיר פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "אסתּרס קאַבאַרעט" אויף ייִדיש וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה...
21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


מוצאי שבת, דעם 25סטן נאָוועמבער 2017, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רזיה אָדם.


נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.


די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 7טן נאָוועמבער 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג " פֿונעם שטעטל קיין אַמעריקע".

עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "ענבֿ" איז פֿאָרגעקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).

taisytas nehama

עס האָבן זיך באַטייליקט דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאי, די מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע סאָפֿע לאַנדווער, דער אַמבאַסאדאַר פֿון ליטע אין ישׂראל עדמינאַס באַגדאַנאַס און אַנדערע חשובֿע געסט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

בילדער פֿונעם אָנדענק־אָוונט
Nekhama concert 9
FB IMG 1508858277517
tom navon

פֿונעם 7טן ביזן 11טן אָקטאָבער 2017, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, וועט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירן שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם ווערט דורכגעפֿירט אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

sukaytana17

זונטיק, דעם 15טן אָקטאָבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

 

די וואָכנטלעכע ראַדיאָ־אוידיציע, אונטערגעשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, ווערט טראַנסלירט יעדן פֿרײַטיק 15:05 אַ זײגער אױף די פֿרעקװענצן FM 100.3, 16:00 אַ זייגער אויף די פֿרעקווענצן 105.3 FM 104.9 ,FM און אַלע מוצאי־שבת 00:00 אַ זייגער (מיטערנאַכט פֿון שבת אויף זונטיק) אויף 101.5 FM .

אַ חוץ דעם, די דאָזיקע אוידיציע קאָן מען הערן אויף דער אינטערנעץ. קוועטשט אָן אויף דער פֿאַרבינדונג: https://www.kan.org.il/Radio/program.aspx/?progId=1136

הערט ביטע צו, האָט הנאה און שיקט אונדז אײַערע אָפּקלאַנגען!

gimpl english

gimpl hebrew

מיטוואָך, דעם 8טן נאָוועמבער 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון דער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, קאָמענטירט פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ קולטור.

מאָנטיק, דעם 18טן סעפּטעמבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אויסגעפֿירט פֿונעם זינגער איציק שרוני מיט אַ ראש־השנהדיקער פֿײַערונג בײַ אַ גלעזעלע ווײַן.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943 און 054-5870032.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

זונטיק, דעם 17טן סעפּטעמבער 2017, 17:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיטן איבערזעצער, ליטעראַטור־קריטיקער און זשורנאַליסט בני מר (מער), וועלכער זעצט איבער אויף העברעיִש אבֿרהם סוצקעווערס ווערק.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די נײַע צענטראַלע אויטאָבוסן־סטאַציע, לעווינסקי־גאַס 108, סטודיאָ 5008) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכע פּרעזענטאַציע פֿונעם קאָמפּאַקטל מיט לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, אױסגעפֿירט פֿון דער קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין יעל איצקאָװיטש.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764 און אויפֿן וועבזײַטל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

hawakatdisk

 

דינסטיק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיטן אַקטיאָר און רעזשיסאָר, דעם גרינדער פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל" שמואל עצמון.

ער וועט דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿונעם ספּעקטאַקל "קליינע מענטשעלעך" לויט שלום־עליכם. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מאָנטיק, דעם 7טן אויגוסט 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אויסגעפֿירט פֿונעם זינגער אליהו מאַגאַלניק, באַגלייט פֿון אַ קלעזמער־אַנסאַמבל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מער פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין אסתּר נאַדל דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

דאָנערשטיק, דעם 27סטן יולי 2017, 10:00 אַ זייגער,אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (כּוכבֿ־דוד־הויז, מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אויסגעפֿירט פֿונעם זינגער איציק שרוני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ די קאָאָרדינאַטאָרס: מרים כּרמלי, טעלעפֿאָן 08-6816898, און רובי לאַבמבוך, 050-5491115.

דאָנערשטיק, דעם 29סטן יוני 2017, 20:00 אַ זייגער, און פֿרײַטיק, דעם 14טן יולי 2017, 12:00 אַ זייגער, וועט אין צװײ תּל־אָבֿיבֿער זאַלן פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג פֿון רות לעווין נאָך אַבֿרהם סוצקעווערס דערציילונג "יאַנינאַ און די חיה". די אימפּרעזעס זענען געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

yanina page 001

IMG 1716 1

ד"ר מרדכי יושקובסקיס לעקציע

IMG 1718

דער עולם

mendele y

דאָנערשטיק, דעם 22סטן יוני 2017, 19:00 אַ זייגער, אינעם קלוב בײַ דער געזעלשאַפֿט לטובֿת די עלטערע לײַט (העמותה למען הקשיש, הראשונים־גאַס 14, מגדל־העמק) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-8728322.

מאָנטיק, דעם 19טן יוני 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס יוליאַ שמידט־ביכאָווסקי און סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ. סוועטלאַנאַ וועט אויך באַגלייטן דאָס געזאַנג אויף דער פּיאַנע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

דאָנערשטיק, דעם 15טן יוני 2017, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 21סטן מאָל איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן, צווישן זיי קינדערשע קאָלעקטיוון, פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

Resized 20170615 184134

ashkhor17

ביכער, קאָמפּאַקטלעך (דיסקן) און צײַטונגען אױף ייִדיש ווערן אויך פֿאַרקויפֿט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד, פֿונעם 11טן ביזן 15טן יוני 2017 לעבן דער ערשטער אײַזנבאָן־סטאַנציע אין ירושלים. דער אַדרעס: דוד־רמז־גאַס 4.

אַ חוץ דעם, דעם 14טן יוני 20:30 אַ זייגער קומט דאָרט פֿאָר אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. אַרײַנגאַנג פֿרײַ. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-7046640.

Int l Book Fair 11 15.06.2017 Jerusalem page 001

דינסטיק, דעם 6טן יוני 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ז"ל: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.