לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...
14.7 רות לעווין זינגט אין נתּניה זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס...
6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...
אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָך איציק מאַנגער דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ...
יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״ אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער...
6.6 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין נצרת־עלית דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם...
23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דינסטיק, דעם 2טן יאַנואַר 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447, 054-5200945.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 28סטן דעצעמבער 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי אײַוואַזיאַן.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

זונטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2017, 17:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג.

 

עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

זונטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2017, 19:00 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער לאָקאַל "בית־יד־לבנים" (אלי־כהן־גאַס 8) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכע פּרעזענטאַציע פֿון דער זאַמלונג פֿון זינגלידער, קאָמפּאָנירטע פֿון מיכאל ליינוואַנד אויף די טעקסטן פֿון דער דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין.

עטלעכע לידער פֿונעם בוך וועלן אויסגעפֿירט ווערו פֿון ווירע לאָזינסקי מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון רעגינע דריקער.

דאָס בוך איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

ConcertAnnaMargolin

דינסטיק, דעם 19טן דעצעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער ייִדישער זינגערין אַנאַ פּושקין.

 די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מער פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין אסתּר נאַדל דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

מאָנטיק, דעם 18טן דעצעמבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943, 054-5870032.

מוצאי־שבת, דעם 16טן דעצעמבער 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור א"ן פֿון בראָדעט (צייטלין־גאַס 22 תּל־אָבֿיבֿ) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט לכּובֿד דעם חנוכּה. עס באַטייליקן זיך די זינגערין רות לעווין און אינסטרומענטאַלער טריִאָ "עתר".

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. זעט מער פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

BRODET

דאָנערשטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2017, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (כּוכבֿ־דוד־הויז, מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גסינסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 050-5491115.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די לידער־זאַמלומג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אין דער העברעיִשער איבערזעצונג איז דערשינען מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די פּרטים (אויף העברעיִש) לייענט דאָ.

molodovsky

דאָנערשטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2017, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער 2017, 8:30 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אינעם תּל־אָבֿיבֿער לאָקאַל "נווה־שעכטער" (שלוש־גאַס, 42) וועט פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישער אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן אונטערן טיטל "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").


דאָס אַרויסגעבן דאָס בוך איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

antologye

עטלעכע מאָל אין נאָוועמבער 2017 אין רמת־גן וועט געוויזן ווערן אַ פֿאָרשטעלונג לויט יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע" (אויף העברעיִש "שונאים סיפור אהבה").

באַקומען די פּרטים און באַשטעלן בילעטן קאָן מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6721289.

די אויפֿפֿירונג איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

zinger sonim

מוצאי שבת, דעם 25סטן נאָוועמבער 2017, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רזיה אָדם.


נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.


די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 7טן נאָוועמבער 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג " פֿונעם שטעטל קיין אַמעריקע".

עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "ענבֿ" איז פֿאָרגעקומען אַן אָנדענק־אָוונט לכּבֿוד דער גרויסער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ (1927 – 2017).

taisytas nehama

עס האָבן זיך באַטייליקט דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאי, די מיניסטאָרין פֿון עליה און אַבסאָרבציע סאָפֿע לאַנדווער, דער אַמבאַסאדאַר פֿון ליטע אין ישׂראל עדמינאַס באַגדאַנאַס און אַנדערע חשובֿע געסט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

בילדער פֿונעם אָנדענק־אָוונט
Nekhama concert 9
FB IMG 1508858277517
tom navon

פֿונעם 7טן ביזן 11טן אָקטאָבער 2017, לכּבֿוד דעם יום־טובֿ סוכּות, וועט דער קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" אָרגאַניזירן שעפֿערישע אַקטיוויטעטן מיטן ייִדישקייטס־טעם - מוזיקאַלישע, טעאַטראַלע, מאָלערישע - אין דער גרויסער סוכּה לעבן אַלטן תּל־אָבֿיבֿער האַפֿן. די פּראָגראַם ווערט דורכגעפֿירט אין צוזאַמענאַרבעט מיטן "בית תּפֿילה ישׂראלי" און געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

sukaytana17

זונטיק, דעם 15טן אָקטאָבער 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

 

די וואָכנטלעכע ראַדיאָ־אוידיציע, אונטערגעשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, ווערט טראַנסלירט יעדן פֿרײַטיק 15:05 אַ זײגער אױף די פֿרעקװענצן FM 100.3, 16:00 אַ זייגער אויף די פֿרעקווענצן 105.3 FM 104.9 ,FM און אַלע מוצאי־שבת 00:00 אַ זייגער (מיטערנאַכט פֿון שבת אויף זונטיק) אויף 101.5 FM .

אַ חוץ דעם, די דאָזיקע אוידיציע קאָן מען הערן אויף דער אינטערנעץ. קוועטשט אָן אויף דער פֿאַרבינדונג: https://www.kan.org.il/Radio/program.aspx/?progId=1136

הערט ביטע צו, האָט הנאה און שיקט אונדז אײַערע אָפּקלאַנגען!

gimpl english

gimpl hebrew

מיטוואָך, דעם 8טן נאָוועמבער 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון דער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, קאָמענטירט פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ קולטור.