דעם 21סטן יוני 2018 אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער איז צום 22סטן מאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן (צווישן זיי אױך קינדער־קאָלעקטיוון) פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם אַשקלונער שטאָטראַט און פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
שולמית רעזניק מיטן כאָר "שלום, דאָס איז ייִדיש"
רעזשיסער און פּיאַניסט – מיכאל לײַנוואַנד.
זעט אויך אַ ווידעאָ־אויסצוג פֿונעם קאָנצערט.
ד"ר שׂרה זיו
ד"ר מרדכי יושקאָווסקי
אַלאַ זוסקין־פּערלמאַן
ווירע לאָזינסקי
דעם 12טן אַפּריל 2018 האָט די דעלעגאַציע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור געלײגט דעם מיטלײַדקראַנץ אינעם טרויער־געצעלט פֿונעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" אין ירושלים, אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים.
מאָנטיק, דעם 9טן יולי 2018, 19:30 אַ זייגער, אינעם לאָקאַל "צוותא 3" (אבן־גבֿירול־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) װעט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם 20סטן געבורטסטאָג פֿון דער קונסט־סטודיע פֿונעם ייִדישן ליד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן פֿון נחמה ליפֿשיץ און טראָגט איצט איר נאָמען.
עס נעמען אָנטייל די זינגערס - תּלמידים פֿון דער סטודיע, ווי אויך דער פֿידלער פּאַוועל לעווין, דער קלאַרנעטיסט יעקבֿ יאַכנין, דער קאָנטראַבאַסיסט סטאַס באַולין. בײַם קלאַוויר – די דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע און די רעזשיסערין פֿונעם אָוונט, רעגינע דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים און באַשטעלונגען – דורכן טעלעפאָן 03-6950156.
דינסטיק, דעם 5טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (ראָזענבערג־געבײַדע) וועט פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער־בוך ״לילות חשון״, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש אונטער דער רעדאַקציע פֿון אמיר שומרוני.
דאָס אַרויסגעבן דאָס בוך איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
מאָנטיק, דעם 4טן יוני 2018, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
מיטוואָך, דעם 13טן יוני 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן פֿון בן־צבֿי (שלמה־המלך־גאַס 31, קרית־אונו) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער דאָזיקער גימנאַזיע.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורכ די טעלעפֿאָנען 052-3353548, 054-7787946.
די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דאָנערשטיק, דעם 17טן מאַי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם אורי־צבֿי־גרינבערג־הויז (יפֿו־גאַס 34, ירושלים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט "שמועס צווישן קרובֿים: ייִדישע דיכטונג און העברעיִשער געזאַנג". עס באַטייליקן זיך די זינגערין רות לעווין און אינסטרומענטאַלער טריִאָ "עתר".
מאָנטיק, דעם 25סטן יוני 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין רעגינאַ דריקער.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.
מאָנטיק, דעם 25סטן יוני 2018, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה, תּלפּיות־גאַס 3) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.
מאַסטעראַנטין דניאלה מאַוער (רעכטס) האָט באַקומען די סטיפּענדיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿון די הענט פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער אינסטאַנץ, יהודית סולל.
מיטוואָך, דעם 9טן מאַי 2018, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין בעטי קליין.
די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.
דאָנערשטיק, דעם 21סטן יוני 2018, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 22סטן מאָל וועט פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן (צווישן זיי קינדערשע קאָלעקטיוון) פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל 2018, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב בײַ דער געזעלשאַפֿט לטובֿת די עלטערע לײַט (העמותה למען הקשיש, הראשונים־גאַס 14, מגדל־העמק) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עמיליאַ יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי אײַוואַזיאַן.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 052-8728322.
דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל 2018, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רות לעווין. אַלעקסיי בעלאָוסאָוו וועט באַגלייטן דעם געזאַנג אויף דער גיטאַר.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.
דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל 2018, 19:00 אַ זייגער, אינעם גבֿעתּיימער טעאַטער (דוד־רמז־גאַס 40) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט אין אָט דער שטאָט בײַ דער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין.
די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף אָבער באַשטעלן די פּלעצער פֿאַר פֿריִער דורכן טעלעפֿאָן 03-5753777.
דינסטיק, דעם 24סטן אַפּריל 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג. עס באַטייליקן זיך די זינגערין יוליאַ שמיט־ביכאָווסקי, זינגערין־פּיאַניסטין סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ, ווי אויך דער לייטער און שפּילער אויף בלאָז־אינסטרומענטן ירון ביכאָווסקי.
נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
פֿרײַטיק, דעם 27טן אַפּריל, 7:30 אַ זייגער אין דער פֿרי, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם ייִדיש־קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים, לעבן חיפֿה) אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.
נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
מאָנטיק, דעם 2טן אַפּריל 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין מאַרינע יעקובאָוויטש.
אין דער פּראָגראַם - לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און אוקראַיִניש. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דאָנערשטיק, דעם 3טן מאַי 2018, 17:00 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿונעם רעננהר קולטור-צענטער "בית יד לבנים" (אחוזה־גאַס 147) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 09-7610545/6.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל 2018, 16:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער שמוליק נדל.
מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דינסטיק, דעם 6טן מערץ 2018, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די צווילינג־שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און רוסיש.
נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 03-5219206, 054-4502447, 054-5200945.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.