לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

ד"ר מיכאל לוקינס דיסערטאַציע, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין...
7.12 קאָנצערט פֿון דער סטודיע־שילערס אין קרית־אונו מוצאי־שבת, דעם 7טן דעצעמבער 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן...
20.11 - 6.12 קאַבאַרעט אויף ייִדיש אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה פֿיר פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "אסתּרס קאַבאַרעט" אויף ייִדיש וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה...
21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


מיטוואָך, דעם 22סטן מאַי 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם גוש־עציונער ייִדיש־קלוב (מתנ"ס גוש־עציון, אלון־שבֿות) וועט דער מוזיק־פֿאָרשער קובי לוריא געבן אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-9937999.

דינסטיק, דעם 14טן מאַי 2019, 21:15 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט פֿונעם כאָר־געזאַנג מיטן אַקטיאָר און זינגער, דעם גרינדער פֿונעם "יונג ייִדיש" מענדי כּהנא.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

מאָנטיק, דעם 6טן מאי 2019, 11:30 אַ זייגער אינעם תּל־אָבֿיבֿער "סירקין־קלוב" (אַרלאָזאָראָוו־גאַס 101, הסתדרות־הויז, פֿערטער שטאָק, דער זאַל אויפֿן נאָמען פֿון עמיר פּרץ) וועט פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישע לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורך בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין גיטע אַלון־פֿאָגל, טעלעפֿאָנען 03-6990532, 054-4888387.

מאָנטיק, דעם 18טן מערץ 2019, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער שמוליק נדל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

דאָנערשטיק, דעם 14טן מערץ 2019, 17:00 אַ זייגער, אינעם רעננהר ייִדיש־קלוב "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 09-7610545/6.

מיטוואָך, דעם 6טן מערץ 2019, 20:30 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער און מחבר פֿון לידער שמשון קעמלמאַכער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קלוב־קאָאָרדינאַטאָרין ביילע שטיינער דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.

מיטוואָך, דעם 27סטן מערץ 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם קולטור־קרײַז "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה גאַרפֿינקל לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פונעם ייִדישן דיכטער איציק מאַנגער.

אינעם קינסטלערישן טייל וועט אויפֿטרעטן די זינגערין רות לעווין.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764

regina

דאָנערשטיק, דעם 7טן פֿעברואַר 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט דער מוזיק־פֿאָרשער קובי לוריא געבן אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144. 

מיטוואָך, דעם 16טן יאַנואַר 2019, 20:30 אַ זייגער, אינעם גוש־עציונער ייִדיש־קלוב (מתנ"ס גוש־עציון, אלון־שבֿות) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-9937999.

דינסטיק, דעם 15טן יאַנואַר 2019, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער,  דעם גרינדער פֿונעם "יונג ייִדיש" מענדי כּהנא.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 11טן דעצעמבער 2018, 21:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חניתה אָטשאַקאָווסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

זונטיק, דעם 16טן דעצעמבער 2018, 17:30 אַ זייגער, אינעם רעננהר ייִדיש־קלוב "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַן אָפֿענער אָוונט פֿונעם כאָר־געזאַנג אונטער דער פֿאַרוואַלטונג פֿון שלמה שבֿיט.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

דינסטיק, דעם 11טן דעצעמבער 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" (סירקין־גאַס 17) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטורנאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-4502447, 09-9511612.

2018y invitation

דאָנערשטיק, דעם 13טן דעצעמבער 2018, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער שוישפּילערין און זינגערין רות לעווין. אַלעקסיי בעלאָוסאָוו וועט באַגלייטן איר געזאַנג אויף דער גיטאַר.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

מאָנטיק, דעם 3טן דעצעמבער 2018, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דאָנערשטיק, דעם 6טן דעצעמבער 2018, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

מער פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-6816898 און 050-5491115.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 16טן אָקטאָבער 2018, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער־קינסטלער גרשון לייזערסאָן.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

שוין אין משך פֿון 4 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די דאָקטאָר־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין אסתּי ניסים פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. איר טעמע איז "די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן רוים, זעלבסטבאַוווּסטזײַן און געשלעכט אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס דראַמאַטורגיע".

די דיסערטאַציע אַנטהאַלט אַ בײַלאַגע: דעם פֿולן ייִדישן טעקסט פֿון גאָלדפֿאַדענס פּיעסע "בן־עמי, אָדער דער זון פֿון מײַן פֿאָלק".

 

 דינסטיק, דעם 7טן אויגוסט 2018, 16:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6058395.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

דינסטיק, דעם 10טן יולי 2018, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שׂורק (לעבן פּלמחים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.