לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

ד"ר מיכאל לוקינס דיסערטאַציע, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין...
7.12 קאָנצערט פֿון דער סטודיע־שילערס אין קרית־אונו מוצאי־שבת, דעם 7טן דעצעמבער 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן...
20.11 - 6.12 קאַבאַרעט אויף ייִדיש אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה פֿיר פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "אסתּרס קאַבאַרעט" אויף ייִדיש וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה...
21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


פלייר מתוקן

 

מיטוואָך, דעם 23טן דעצעמבער 2015, 11:30 אַ זייגער אינעם לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון אויף דער טעמע "משה מענדלסאָן און זײַן וועלטבליק".

אינעם קינסטלערישן טייל וועלן אויפֿטרעטן די זינגערס עליזה בלעכעראָוויטש און אורי אַבראַמאָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דאָנערשטיק, דעם 17־טן דעצעמבער 2015, 17:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם") וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יוני אילת. גלעד שפּירא וועט אים באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.

מיטוואָך, דעם 9טן דעצעמבער 2015, 11:00 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער יוני אילת מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש. אויך אין דער פּראָגראַם – אַן עפֿנטלעכער כאָר־געזאַנג.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דינסטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2015, 10:00 אַ זייגער אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חן לאַקס.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.

netania

מאָנטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2015, 17:00 אַ זייגער אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש )ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא, געווידמעט דעם חנוכּה.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער 2015, 10:30 אַ זייגער אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע וועגן ייִדישער ליטעראַטור. די לעקטאָרין - פּנינה מעלער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 052-8397742.

דאָנערשטיק, דעם 3טן דעצעמבער 2015, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד חנוכּה אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם אַקטיאָר גרשון לייזערסאָן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

מאָנטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער 2015, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגעריןאון חזנטע אורית פּערלמאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

מאָנטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער 2015, אינעם קלוב "בית־מיטשעל" (מאַנדלשטאַם־גאַס 12, צפֿון תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי לײַן.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען בײַ אסתּר נאַדל דורכן טעלעפֿאָן 050-4082995.

מיטוואָך, דעם 11טן נאָוועמבער 2015, 11:30 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿונעם ד"ר מרדכי יושקאָווסקי וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער און אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764 און בליצפּאָסט  brtavoda@netvision.net.il

bawevis

מאָנטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער, איז אינעם ייִדיש־קלוב "בית־עולה" אין חדרה (ששת־הימים־גאַס 20) פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָווסקי.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

אינעם יאָר 2015 האָט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צום ערשטן מאָל צוגעטיילט סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

student milga
בנימין הוניאַדי, אײנער פֿון די אַכט סטיפּענדיאַנטן, באַקומט די סטיפּענדיע פֿון די הענט פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון דער אינסטאַנץ יהודית סולל

זעט די פֿולע סטיפּענדיאַנטן־ליסטע אין דער רובריק "שטיצע, סטיפּענדיעס, פּרײַזן".

מיטוואָך, דעם 14טן אָקטאָבער 2015, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ (קאַלישער־גאַס 48) װעט זיך דערעפֿענען דאָס נײַע אַקטיוויטעטן־יאָר.

שורע גרינהויז־טורקאָוו וועט רעציטירן לידער פֿון י.ל. פּרצעס בוך "דער וועקער". ד"ר לאה איילון וועט פֿאָלײענען אַ לעקציע אויף דער־אָ טעמע. אינעם קינסטלערישן טייל – די זינגערין חן לאַקס, באַגלייט פֿון מעני לייזעראָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764 און בליצפּאָסט  brtavoda@netvision.net.il

מוצאי־שבת, דעם 31סטן באוקטובר 2015, 20:00 אַ זייגער, וועט אינעם חיפֿהר קולטור־צענטער"העכט־הויז" (הנשׂיא־גאַס 142) פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון ייִדישע מוזיק־קינסטלערס מישע בלעכעראָוויטש, עליזה גאָלדבערג און אורי אַברמאָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירי רן דורכן טעלעפֿאָן 054-7466104. 

דעם 31סטן אָקטאָבער 2015, 11:00 אַ זייגער, וועט אינעם לאָקאַל "מאַלינאָוו־הויז" אין רמת־השרון (ביאַליק־גאַס 21) פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס ראָזע קליין און אַדע פּאַשאַיעוו, וועלכע לערנען זיך אין דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – די דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ שולה פסקין דורכן טעלעפֿאָן 054-4492865.

r sharon

מיטוואָך, דעם 28סטן אָקטאָבער 2015, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" אָרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עלקע שובֿל דורכן טעלעפֿאָן 09-9511162 אָדער בליצפּאָסט tsuzamen1@gmail.com

דאָנערשטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2015, 19:30 אַ זייגער, וועט אינעם אַשקלונער קלוב "מתנ"ס וואַלענבערג" (יעקבֿ־גרופר־גאַס 15) פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג "פֿריילעכס" פֿונעם אָרטיקן אַנסאַמבל פֿון מוזיק און טענץ "שטעטעלע".

דער קאָנצערט וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש און אויף רוסיש. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-6716755, 052-3448911, 054-8089930.

ashk freylexs

דינסטיק, דעם 13טן אָקטאָבער 2015, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) איז פֿאָרגעקומען אַ ספּעקטאַקל "פֿידלער אויפֿן דאַך", רעזשיסירט פֿון יעקבֿ שפּירא.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 052-8397742.

דאָנערשטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2015, 19:30 אַ זייגער, וועט אינעם אַשקלונער קלוב "מתנ"ס וואַלענבערג" (יעקבֿ־גרופר־גאַס 15) פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג "פֿריילעכס" פֿונעם אָרטיקן אַנסאַמבל פֿון מוזיק און טענץ "שטעטעלע".

דער קאָנצערט וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש און אויף רוסיש, אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים - דורך די טעלעפֿאָנען 08-6716755, 052-3448911, 054-8089930.

דאָנערשטיק, דעם 8טן אָקטאָבער 2015, איז אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) פֿאָרגעקומען אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם אַקטיאָר מענדי כּהנא (דעם גרינדער פֿונעם "יונג ייִדיש") און דער זינגערין אָלגע מעלעשטשוק־אבֿיגיל.

image002

image001

image003

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיטן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.