לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...
14.7 רות לעווין זינגט אין נתּניה זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס...
6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...
אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָך איציק מאַנגער דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ...
יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״ אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער...
6.6 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין נצרת־עלית דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם...
23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דאָנערשטיק, דעם 11טן אַפּריל 2016, 8:00 אַ זייגער אין דער פֿרי, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם קרית־חיימער ייִדיש־קלוב (וועמענס אַדרעס איז: יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון תּל־אָבֿיבֿ.

דער וועגווײַזער איז יעד בירן. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-8724694, 054-6528265.

װי באַװוּסט, די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור טיילט צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די צווייטע מאַגיסטער־אַרבעט, דאָס מאָל - צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט אוהד קאהן פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז "אַ דײַטש־ייִדישע מעשׂה: די השפּעה פֿון ייִדיש אויף פּאַול צעלאַנס פּאָעטישע שפּראַך". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט דאָ.

מיטוואָך, דעם 6טן אַפּריל 2016, 11:30 אַ זייגער, אינעם זאַל "טאַרג" פֿון דער מוזיקאַלישער שול א"נ פֿון בוכמאַן־מהטה (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער גבֿעתּיימער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין.

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

פֿרײַטיק, דעם 18טן מערץ 2016, 17:00 אַ זייגער אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" )אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

זינט יאָר 2014 טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די ערשטע מאַגיסטער־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט אליעזר טרייטל פֿאַרן צווייטן אַקאַדעמישן גראַד אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע: "דער מקור פֿון די אונטערשיידן צווישן העברעיִשע און ייִדישע ווערסיעס פֿון ר. נחמן בראַצלעווערס מעשׂיות". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט דאָ.

דינסטיק, דעם 16טן פֿעברואַר 2016, 10:30 אַ זייגער אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש מיט קובי לוריא אויף דער טעמע "די מקורים פֿון ייִדישע לידער".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 052-8397742.

מיטוואָך, דעם 3טן פֿעברואַר 2016, 11:00 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר אָבֿיבֿה טל וועגן ש. אַשס ראָמאַן "מאָטקע גנבֿ" און אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אָלגאַ אַבֿיגיל־מיעלעשטשוק.

די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

מאָנטיק, דעם 1טן פֿעברואַר 2016, 17:00 אַ זייגער אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש )ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אָלגאַ אַבֿיגיל־מיעלעשטשוק. זי וועט אויספֿירן לידער אויף ייִדיש און פּויליש מיט דער זעלבסט־באַגלייטונג אויפֿן אַקאָרדעאָן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

מאָנטיק, דעם 25סטן יאַנואַר 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש מיט קובי לוריא אויף דער טעמע "די מקורים פֿון ייִדישע לידער".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור ווערט געשאַפֿן אַ ווירטועלער מוזיי פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איניציִיִרט פֿון מאָטי סנדק.

די פֿאָרלויפֿיקע ווערסיע פֿון דעם־אָ פּראָיעקט, וואָס הייסט "בלאָנדזשענדע שטערן", קאָן מען באַקוקן אויפֿן וועבזײַטל.

דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר 2016, 17:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, בית־העם) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין עליזה בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.

דינסטיק, דעם 26סטן יאַנואַר 2016, 20:00 אַ זייגער אינעם כּפֿר־יונהר קלוב "ייִדיש איז געזונט" (וואָס געפֿינט זיך אינעם שטאָט־מתּנ"ס) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רותּ לעווין "קינדער־יאָרן".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.

דאָנערשטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2015, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער "אונדזערע באַליבטע לידער".

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוורן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורכן טעלעפֿאָן 09-8826332.

פלייר מתוקן

 

מיטוואָך, דעם 23טן דעצעמבער 2015, 11:30 אַ זייגער אינעם לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון אויף דער טעמע "משה מענדלסאָן און זײַן וועלטבליק".

אינעם קינסטלערישן טייל וועלן אויפֿטרעטן די זינגערס עליזה בלעכעראָוויטש און אורי אַבראַמאָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דאָנערשטיק, דעם 17־טן דעצעמבער 2015, 17:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם") וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יוני אילת. גלעד שפּירא וועט אים באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.

מיטוואָך, דעם 9טן דעצעמבער 2015, 11:00 אַ זייגער אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער יוני אילת מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון מישע בלעכעראָוויטש. אויך אין דער פּראָגראַם – אַן עפֿנטלעכער כאָר־געזאַנג.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

דינסטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2015, 10:00 אַ זייגער אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין חן לאַקס.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.

netania

מאָנטיק, דעם 7טן דעצעמבער 2015, 17:00 אַ זייגער אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש )ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא, געווידמעט דעם חנוכּה.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער 2015, 10:30 אַ זייגער אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע וועגן ייִדישער ליטעראַטור. די לעקטאָרין - פּנינה מעלער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 052-8397742.

דאָנערשטיק, דעם 3טן דעצעמבער 2015, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד חנוכּה אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם אַקטיאָר גרשון לייזערסאָן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה ירדן דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.