לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין...
7.12 קאָנצערט פֿון דער סטודיע־שילערס אין קרית־אונו מוצאי־שבת, דעם 7טן דעצעמבער 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם זאַל פֿון דער גימנאַזיע א"ן...
20.11 - 6.12 קאַבאַרעט אויף ייִדיש אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה פֿיר פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "אסתּרס קאַבאַרעט" אויף ייִדיש וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה...
21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


מיטוואָך, דעם 8טן מערץ 2017, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

זונטיק, דעם 5טן מערץ 2017, 13:00 אַ זייגער, אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612.

דאָנערשטיק, דעם 2טן מערץ 2017, 20:30 אַ זייגער אינעם "בית־אבֿיחי" (ירושלים), און מאָנטיק, דעם 6טן מערץ 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם לאָקאַל אויף לבֿונטין־גאַס 7 אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלן פֿאָרקומען קאָנצערטן פֿונעם זינגער גרשון לייזערסאָן, אויף וועלכע ער וועט פּרעזענטירן זײַן נײַעם ייִדישן דיסק "אין וואַלד אַליין".

דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 02-6215300 און 03-5605084.

leyzerson

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־צענטער "שלום־עליכם־הויז" )בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

דער געזאַנג וועט באַגלייט ווערן פֿון די בילדער פֿון ייִדישע מאָלערס, דעריבער הייסט די אימפּרעזע "לידער און קאָלירן". זי ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6956513.

shirimcvaim

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער אין אַשדודער קלוב "קדימה" ("פֿאָרויס": אבא־הילל־סילווער־גאַס 11) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-8560119, 054-8482859.

דאָנערשטיק, דעם 16טן פֿעברואַר 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם ירושלימער טעאַטער־הויז מזי"א (מסילת־ישרים־גאַס 18) וועט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן: "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").

עס באַטייליקן זיך: ד"ר וועלוול טשערנין, יורם ניסינאָװיטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, רועי גרינוואַלד, רות לעווין א"אַנד. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

asupa

דינסטיק, דעם 28סטן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

מאָנטיק, דעם 13טן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ עין־ורד וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא. פּיאַנע־באַגלייטונג  – וואַלערי איזשיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ שׂרה אורן דורכן טעלעפֿאָן 054-4418272.

דאָנערשטיק, דעם 9טן פֿעברואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון חיה ליבֿני (פֿידלערין), אריה בורשטין (טענאָר), אייל באט (פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר).

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה מלול דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.

מאָנטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער איציק שרוני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.

דינסטיק, דעם 17טן יאַנואַר 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

אינעם גערעם פֿון דער מיטאַרבעט צווישן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור און "עמך" (דער ישׂראלדיקער צענטער פֿאַר גײַסטיקער און סאָציאַלער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס זענען געבליבן לעבן אינעם חורבן, און פֿאַר זייערע קינדער) ווערן אין יאַנואַר און פֿעברואַר 2017 אָרגאַניזירט ייִדישע קאָנצערטן אין עטלעכע "עמך"־קלובן.

זונטיק, דעם 15טן יאַנואַר, 16:00 אַ זייגער, אין ראשון־לציון טרעט אויף די זינגערין זשעניע פֿײַערמאַן.

מיטוואָך, דעם 18טן יאַנואַר, 9:00 אַ זייגער, אין רמת־גן טרעט אויף דער זינגער איציק שרוני.

מיטוואָך, דעם 15טן פֿעברואַר, 12:00 אַ זייגער, אין חולון טרעט אויף דער זינגער שמוליק נאַדעל.

amcha

מיטוואָך, דעם 11טן יאַנואַר 2017, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".

אין קינסטלערישן טייל איז אויפֿגעטראָטן דער זינגער צבֿיקה גאָלדבערג, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט מישע בלעכעראָוויטש.

די אימפּרעזע איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

פֿרײַטיק, דעם 6טן יאַנואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם וויסנשאַפֿטלעך־קולטורעלן צענטער "שלום־עליכם־הויז" (בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אויף ייִדיש.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿונעם צענטער איז 03-6956513.

Lia Kenig Shai Agnon

דינסטיק, דעם 29סטן נאָוועמבער, און דאָנערשטיק, דעם 1־טן דעצעמבער 2016, אין צוויי ייִדיש־קלובן אין מגדל־העמק זענען פֿאָרגעקומען קאָנצערטן פֿון דער זינגערין עמע יוסים, באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט וואַלערי איזשיאַן.

די אַדרעסן פֿון די קלובן: ישׂראל־שפּירא־גאַס 2 און הראשונים־גאַס 14. מער פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.

ביידע אימפּרעזעס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

מיטוואָך, דעם 14טן דעצעמבער 2016, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון פּנינה מעלער אויף דער טעמע "פֿון קאַסטיליע ביז כּתריאלעווקע". אינעם קינסטלערישן טייל וועט אויפֿטרעטן די זינגערין בעטי קליין.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

פֿרײַטיק, דעם 9טן דעצעמבער 2016, 12:30 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאַמער־טעאַטער וועט די שוישפּילערין ליאַ קעניג דעקלאַמירן אויסצוגן פֿון ש"י עגנונס ווערק אין דער איבערזעצונג אויף ייִדיש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די חבֿרים פֿון דער אינסטאַנץ קאָנען באַשטעלן בילעטן מיט אַ ראַבאַט (פֿאַר 70 שקלים אָנשטאָט 100), צײַגנדיק דעם קאַסירער דעם ספּעציעלן קאָד: 70. דער טעלעפֿאָן פֿון דער קאַסע איז 03-6060960.

דינסטיק, דעם 6טן דעצעמבער 2016, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ לעקציע פֿון קאַראָל פֿעלדמאַן אויף דער טעמע "הונדערט פֿערציק יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער און אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ווערט גערופֿן זײַן פֿאָטער".

"די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

דאָנערשטיק, דעם 22סטן דעצעמבער 2016, 10:00 אַ זייגער,אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (כּוכבֿ־דוד־הויז, מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ די קאָאָרדינאַטאָרס: מרים כּרמלי, טעלעפֿאָן 08-6816898, און רובי לאַבמבוך, 050-5491115.

מאָנטיק, דעם 28סטן נאָוועמבער 2016, 11:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" אין קרית־חיים (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, חיפֿה) װעט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיט קובי לוריא אויף דער טעמע "לידער צווישן אים און איר".די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 04-8724694, 054-6528265.

מאָנטיק, דעם 26סטן דעצעמבער 2016, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש )ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס ראָזע קליין און אַדע פּאַשאַיעוו, וועלכע לערנען זיך אין דער קונסט־סטודיע,געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עמע קושניר דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943.

דינסטיק, דעם 20סטן דעצעמבער 2016, 11:00 אַ זייגער אין דער הרצליהר מתנ"ס יבור (בן סרוק 12) וועט װעט פֿאָרקומען אַן אָריגינעלער ליטעראַרישער קאַבאַרעט "איינזאַמע קלאַנגען", פֿאַרפֿאַסט און אויסגעפֿירט פֿון רזיה אָדם.

די פֿאָרשטעלונג איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן דיכטער אַב פּאַוויס. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין עלקע שובֿל דורך די טעלעפֿאָנען 052-6776894, 09-9501812.