לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...
14.7 רות לעווין זינגט אין נתּניה זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס...
6.6 ייִדיש־לימודים אױף שבֿועות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה אין תּל־אָבֿיבֿ דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין...
20.6 אין ת"א - אַ קולינאַרישע רײַזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" די היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע קאָכקונסט־אימפּרעזע "די פֿאַרװאַנדלונגען פֿון געפֿילטע פֿיש" וועט פֿאָרקומען אינעם קולטור־צענטער "לייוויק־הויז" (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָביב) דאָנערשטיק,...
אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָך איציק מאַנגער דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ...
יוני אין תּל־אָבֿיבֿ: בײלע בריקס־קלײן אין דער פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״ אין יוני 2019 װעט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער...
6.6 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין נצרת־עלית דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם...
23.5: דער פֿילם, אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ, באַטייליקט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער פֿעסטיװאַל דער פֿילם "אותו האיש" ("דער זעלבער מענטש"), געשאַפֿענער מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דינסטיק, דעם 9טן מאַי 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ, ז"ל. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ מירית לענדערער דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

מיטוואָך, דעם 3טן מאַי 2017, זענען די מיטגלידער פֿונעם רעננהר ייִדיש־קלוב "די גאָלדענע עלטער" געפֿאָרן אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז געווען יעד בירן.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

דאָנערשטיק, דעם 27סטן אַפּריל 2017, 12:00 אַ זייגער, פֿאָרן די מיטגלידער פֿונעם הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" אַרויס אויף דער עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון ירושלים. דער וועגווײַזער איז יעד בירן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עלקע שובֿל דורכן טעלעפֿאָן 09- 9511162 אָדער בליצפּאָסט.

דאָנערשטיק, דעם 20סטן אַפּריל 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ שמועס מיט קובי לוריא וועגן ייִדישע לידער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורך טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144

מיטוואָך, דעם 19טן אַפּריל 2017, 18:15 אַ זייגער, גייען די ירושלימער ייִדיש־ליבהאָבערס אַרויס אויף אַן עקסקורסיע איבער ייִדיש־מערקווירדיקייטן פֿון דער ישראלדיקער הויפּטשטאָט. 

דער וועגווײַזער איז יעד בירן. מען טרעפֿט זיך אינעם ייִדיש־קלוב פֿון ירושלימער פֿאָלקס־אוניווערסיטעט (בצלאל־גאַס 11, "בית־העם"). 

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-5456867.

מיטוואָך, דעם 29סטן מערץ 2017, 9:00 אַ זייגער, אינעם זאַל "טאַרג" פֿון דער מוזיקאַלישער שול א"נ פֿון בוכמאַן־מהטה (בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), איז פֿאָרגעקומען אַ שלוס־קאָנצערט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער גבֿעתּיימער מיטלשול א"נ פֿון תּלמה ילין.

 siyum

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

yelin

דאָנערשטיק, דעם 30סטן מערץ 2017, 19:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די זינגערינס יוליאַ שמידט־ביכאָווסקי און סוועטלאַנאַ קוסיאַטאָוואַ. סוועטלאַנאַ וועט אויך באַגלייטן דעם געזאַנג אויף דער פּיאַנע.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לייבל באָטוויניק דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.

אינעם יאָר 2017 איז אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ בוך זיכרונות פֿונעם אַקטיאָר, רעזשיסאָר און שרײַבער לייזער בליט "ניטאָ קײן כּוח צו פֿאַרגעסן".

קוועטשט דאָ אָן כּדי צו לייענען דעם פֿולן טעקסט פֿון דער אויסגאַבע.

שוין אין משך פֿון 3 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט נעם רחמילעוויטש פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט. די טעמע איז "די אָנגאַבן בנוגע טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון וואַרשעווער ייִדן אין די יאָרן 1943 – 1944 אויפֿן סמך פֿון זייערע ווענדונגען און בריוו, געפֿונענע אין בערמאַנס זאַמלונג". כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

דאָנערשטיק, דעם 23סטן מערץ 2017, 19:00 אַ זייגער אינעם זאַל פֿון הרצליהר קאָנסערוואַטאָריע (רבֿיבֿים־גאַס 49) וועט פֿאָרקומען אַ קלעזמערישע פֿאָרשטעלונג־סטודיע, געפֿירט פֿון דעם קלאַרנעטיסט גל קליין און דעם אַקאָרדעאָניסט נעם ארד.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.

17sadna

דאָנערשטיק, דעם 16טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין ווירע לאָזינסקי, באַגלייט פֿון דער פּיאַניסטין און אַראַנזשירערין רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

דאָנערשטיק, דעם 16טן מערץ 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין רות לעווין, באַגלייט פֿונעם גיטאַריסט אַלעקסיי בעלאָוסאָב.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.

17rutginot page 001

מאָנטיק, דעם 13טן מערץ 2017, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "בית־נגלר" (יצחק בן־צבֿי־גאַס 48, קרית־חיים) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין אורית פּערלמאַן מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ חדווה באַכמאַן דורכן טעלעפֿאָן 054-6528265.

מיטוואָך, דעם 8טן מערץ 2017, 11:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־לאָקאַל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" (קאַלישער־גאַס 48, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, דער גרינדער פֿונעם קולטור־צענטער "יונג ייִדיש".

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-5176764.

זונטיק, דעם 5טן מערץ 2017, 13:00 אַ זייגער, אין דער הרצליהר ייִדיש־קלוב "צוזאַמען" )סירקין־גאַס 17) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-9511612.

דאָנערשטיק, דעם 2טן מערץ 2017, 20:30 אַ זייגער אינעם "בית־אבֿיחי" (ירושלים), און מאָנטיק, דעם 6טן מערץ 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם לאָקאַל אויף לבֿונטין־גאַס 7 אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלן פֿאָרקומען קאָנצערטן פֿונעם זינגער גרשון לייזערסאָן, אויף וועלכע ער וועט פּרעזענטירן זײַן נײַעם ייִדישן דיסק "אין וואַלד אַליין".

דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 02-6215300 און 03-5605084.

leyzerson

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 19:30 אַ זייגער, אינעם קולטור־צענטער "שלום־עליכם־הויז" )בערקאָוויטש־גאַס 2, תּל־אָבֿיבֿ) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידים פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינע דריקער.

דער געזאַנג וועט באַגלייט ווערן פֿון די בילדער פֿון ייִדישע מאָלערס, דעריבער הייסט די אימפּרעזע "לידער און קאָלירן". זי ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6956513.

shirimcvaim

מיטוואָך, דעם 1טן מערץ 2017, 17:00 אַ זייגער אין אַשדודער קלוב "קדימה" ("פֿאָרויס": אבא־הילל־סילווער־גאַס 11) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די שוועסטער סלאַוואַ און זאָפֿיאַ רײַפֿער. זיי וועלן אויספֿירן לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 08-8560119, 054-8482859.

דאָנערשטיק, דעם 16טן פֿעברואַר 2017, 20:30 אַ זייגער, אינעם ירושלימער טעאַטער־הויז מזי"א (מסילת־ישרים־גאַס 18) וועט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער צוויישפּראַכיקער (ייִדיש/העברעיִש) אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג פֿון די לעצטע הונדערט יאָרן: "גבוה מן הפחד אשיר" ("העכער פֿון דער מורא וועל איך זינגען").

עס באַטייליקן זיך: ד"ר וועלוול טשערנין, יורם ניסינאָװיטש, מיכאל פֿעלזענבאַום, רועי גרינוואַלד, רות לעווין א"אַנד. די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים אויפֿן פֿייסבוק.

asupa

דינסטיק, דעם 28סטן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

מאָנטיק, דעם 13טן פֿעברואַר 2017, 20:00 אַ זייגער אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ עין־ורד וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא. פּיאַנע־באַגלייטונג  – וואַלערי איזשיאַן.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ שׂרה אורן דורכן טעלעפֿאָן 054-4418272.

דאָנערשטיק, דעם 9טן פֿעברואַר 2017, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון חיה ליבֿני (פֿידלערין), אריה בורשטין (טענאָר), אייל באט (פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר).

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ עליזה מלול דורכן טעלעפֿאָן 054-6650183.