|
די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו, – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.
די תּנאָים פֿונעם קאָנקורס:
אײן דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון ניט מער װי 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע, לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו אַ פּרײַז:
ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים
ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים
ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים
דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז דאָנערשטיק, דעם 30טן יולי 2020 ביז חצות.
די לאַורעאַטן פֿונעם קאָנקורס פֿאַרן יאָר 2019 קענען נישט אָנטײל נעמען אינעם הײַיאָריקן קאָנקורס.
מער פּרטים זײַנען דאָ