seker

FaceBook

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

דער ייִדיש־קלוב אין רעננה האָט געענדערט זײַן אַדרעס דער ייִדיש־קלוב אין רעננה האָט געענדערט זײַן אַדרעס. איצט געפֿינט ער זיך אינעם קולטור־צענטער...
29.2 קאָנצערט פֿון מיכאל ריסקין אין רמת־גן דעם 29סטן פֿעברואַר 2020, 11:00 אַ זייגער, אין דעם רמת־גנער טעאַטער (חיבת־ציון־גאַס 16) וועט...
"אַרבעטער־רינג" לאַדט אײַן צו לערנען זיך ייִדיש די אָרגאַניזאַציע "אַרבעטער־רינג" לאַדט אַלעמען אײַן צו באַהערשן די ייִדישע שפּראַך אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען: פֿון...
עינת טמירס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
6.2 פֿאָרשטעלונג פֿון לענאַ סאָקאָלאָוו מיט טאָכטער אין קרית־גת דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר, 10:30 אַ זייגער, אינעם קלוב "מאַמע־לשון" אין קרית־גת (מלכּי־ישׂראל־בולוואַר 159)...
2.2 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין רעננה זונטיק, דעם 2טן פֿעברואַר 2020, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש...
24.1 לעקציע וועגן פֿלייש, כּשרות, ליטעראַטור און פּאָליטיק אין תּ"א פֿרײַטיק, דעם 24סטן יאַנואַר 2020, 11:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
23.1 פּרעזענטאַציע פֿון א' קרתס בוך אויף ייִדיש אינעם לייוויק־הויז, תּ"א דאָנערשטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2020, 19:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
14.1 פֿאָרשטעלונג פֿון בײלע בריקס־קלײן אין ראשון־לציון דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון), וועט בײלע בריקס־קלײן אױפֿטרעטן - אַלץ אויף ייִדיש - מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג ״מײַן טאַטנס טאָכטער״.

בײלע איז געבױרן געװאָרן אין שטאָקהאָלם. בײדע עלטערן אירע זײַנען ניצול געװאָרן אינעם חורבן. זי האָט זיך געלערנט אין ניו־יאָרק און אין ירושלים. האָבנדיק זיך פֿאַרליבט, איז זי עולה געװען אין ישׂראל. איר פֿאָטער, דער ייִדישער שרײַבער רחמיאל בריקס (װאָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ), פֿלעגט זינגען ייִדישע לידער - און זײַן טאָכטער װעט זיך דערמאָנען אין זײ אױף דער בינע, מיט דער פּיאַנע־באַגלײטונג פֿון מישע בלעכעראָװיטש. דער רעזשיסאָר און רעדאַקטאָר איז דורי ענגעל. 

בײלע בריקס־קלײן, איצט אַן אלמנה מיט דרײַ קינדער, איז ממשיך צו היטן און צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע קולטור־ירושה.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

BellaBryks Klein

 

 

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn