דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ קולטור־אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָכן גרויסן ייִדישן דיכטער איציק מאַנגער (1901 - 1969). אַדרעס: פּנקס־גאַס 63, בית יד־לבנים.
אין דער פּראָגראַם:
* באַגריסונג פֿון דער פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ, ד"ר שׂרה זיו;
* לעקציעס פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי "מאַנגער - דער פּאָעט פֿון ליכט, גײַסט און שוווּנג" און פֿון שמואל עצמון־ווירצער "מאַנגערס מגילה אין ישׂראל";
* מוזיקאַלישער טייל מיטן אַנסאַמבל "צימעס", זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, זינגער מיכאל גײַסינסקי, פּיאַניסטין אלה דאַנציג און פֿידלער פּאַוועל לעווין.
די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף אָבער באַשטעלן די פּלעצער פֿאַר פֿריִער דורך דער בליצפּאָסט Yiddish@yidreshut.co.il אָדער דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325.