לייענזאַל

olam kria

FaceBook

נייַעס

21.12 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם...
5.12 קאָנצערט פֿון שמוליק נאַדל אין חדרה   דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען"...
5.11 חיה ליבֿניס פֿידל־קאָנצערט אין גן־שורק דינסטיק, דעם 5טן נאָוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן...
דניאלה מאוערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש 2019 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
30.10 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין רעננה מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע...
מרדכי דוניץ איז מער ניטאָ אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליאָריקן כּלל־טוער...
ביילע טראַכטענבערגס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
ייִדיש־סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר ישׂראלדיקע סטודענטן אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


מוצאי־שבת, דעם 21סטן דעצעמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב שי"א (שוחרי ייִדיש אלקנה), װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען  דורכן טעלעפֿאָן 050-4744477.

 

דאָנערשטיק, דעם 5טן דעצעמבער 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון), וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער שמוליק נאַדל.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447. די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

 

animation

דינסטיק, דעם 5טן נוועמבער 2019, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער פֿידלערין חיה ליבֿני.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

IMG 8735

מיטוואָך, דעם 30סטן אָקטאָבער 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דעם רעננהר קלוב פֿאַר ייִדיש "די גאָלדענע עלטער" (אופסטרלנד־גאַס 3, "בית גיל הזהב") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער אַנאַטאָלי ליין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 09-7431614.

kave hayzer

vilnius2019

אין יוני 2019 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר 15 ישׂראלדיקע סטודענטן, װעלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דעם געביט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור בשותּפֿות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

זונטיק, דעם 14טן יולי 2019, 11:00 אַ זייגער אינעם נתּניהר קלוב "מרכז דוד" (אחימאיר־גאַס 9) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער ייִדישער זינגערין רות לעווין. 

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 09-8826332, 054-5377729.

luchin

דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, צווישן 18:30 און 21:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ ייִדישע לערן־סטודיע מיט לידער און שפּילן פֿאַר עלטערן און קינדער.

די אימפּרעזע מיט דער יונגער לערערין יעלענאַ לוטשין איז געװידמעט דעם יום־טובֿ שבֿועות. אַדרעס: נס־לגויים־גאַס 53 תּל־אָבֿיבֿ.

manger

דינסטיק, דעם 2טן יולי 2019, 19:00 אַ זײגער, װעט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַ קולטור־אימפּרעזע געװידמעט דעם 50סטן יאָרצײַט נאָכן גרויסן ייִדישן דיכטער איציק מאַנגער (1901 - 1969). אַדרעס: פּנקס־גאַס 63, בית יד־לבנים.

אין דער פּראָגראַם:

* באַגריסונג פֿון דער פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ, ד"ר שׂרה זיו;

* לעקציעס פֿון ד"ר מרדכי יושקאָווסקי "מאַנגער - דער פּאָעט פֿון ליכט, גײַסט און שוווּנג" און פֿון שמואל עצמון־ווירצער "מאַנגערס מגילה אין ישׂראל";

* מוזיקאַלישער טייל מיטן אַנסאַמבל "צימעס", זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש, זינגער מיכאל גײַסינסקי, פּיאַניסטין אלה דאַנציג און פֿידלער פּאַוועל לעווין.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ, מע דאַרף אָבער באַשטעלן די פּלעצער פֿאַר פֿריִער דורך דער בליצפּאָסט Yiddish@yidreshut.co.il אָדער דורכן טעלעפֿאָן 03-6006325.

דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם צענטער "סב" (ליבֿנה־גאַס 2, נצרת־עלית) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער מיכאל גײַסינסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-6318107.

דאָנערשטיק, דעם 13טן יוני 2019, 18:30 אַ זייגער, אינעם אַשקלונער קאָנגרעסן־צענטער צום 23סטן מאָל וועט פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן (צווישן זיי - קינדערשע קאָלעקטיוון) פֿון אַלע עקן מדינת־ישׂראל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

ashkelon2019

ashk 2019

ashk2019

divot

benzvi

דעם 24סטן מאַי 2019 איז אינעם זאַל "דגנית" (צה"ל־גאַס 104, קרית־אונו) פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אױסגעפֿירט פֿון די שילערס פֿון דער ייִדישער געזאַנג־סטודיע, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער היגער גימנאַזיע אויפֿן נאָמען פֿונעם פּרעזידענט יצחק בן־צבֿי.

די סטודיע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 052-3353548, 054-7787946.

erev2019

דינסטיק, דעם 14טן מאַי 2019, 10:30 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס רמת־אליהו, אַבאַ־סילווער־גאַס 2, ראשון־לציון) װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון די תּלמידות פֿון דער קונסט־סטודיע, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה: אַדע פּאַשאַיעװ און ראָזע קליין. בײַם קלאַוויר – דירעקטאָרין פֿון דער סטודיע, רעגינאַ דריקער.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 054-4502447.

מאָנטיק, דעם 13טן מאַי 2019, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") װעט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יעקבֿ שפּירא.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. די פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 04-6226943, 054-5870032.

דאָנערשטיק, דעם 13טן יוני 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער זינגערין פּאָלינע בעלילאָװסקי.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטורדי פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 054-6650183, 02-5664144.

מיטוואָך, דעם 22סטן מאַי 2019, 11:00 אַ זייגער, אינעם גוש־עציונער ייִדיש־קלוב (מתנ"ס גוש־עציון, אלון־שבֿות) וועט דער מוזיק־פֿאָרשער קובי לוריא געבן אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 02-9937999.

דינסטיק, דעם 14טן מאַי 2019, 21:15 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב פֿונעם מושבֿ גן־שורק (לעבן פּלמחים) וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט פֿונעם כאָר־געזאַנג מיטן אַקטיאָר און זינגער, דעם גרינדער פֿונעם "יונג ייִדיש" מענדי כּהנא.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען בײַ לאה אשרי דורכן טעלעפֿאָן 050-8863141.

מאָנטיק, דעם 6טן מאי 2019, 11:30 אַ זייגער אינעם תּל־אָבֿיבֿער "סירקין־קלוב" (אַרלאָזאָראָוו־גאַס 101, הסתדרות־הויז, פֿערטער שטאָק, דער זאַל אויפֿן נאָמען פֿון עמיר פּרץ) וועט פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישע לעקציע פֿון ד"ר לאה איילון.

די אימפּרעזע ווערט געשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. מער פּרטים באַקומט מען דורך בײַ דער קאָאָרדינאַטאָרין גיטע אַלון־פֿאָגל, טעלעפֿאָנען 03-6990532, 054-4888387.

מאָנטיק, דעם 18טן מערץ 2019, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש (ששת־הימים־גאַס 20, "עולה־הויז") וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם זינגער שמוליק נדל.

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. נאָך פּרטים באַקומט מען דורך די טעלעפֿאָנען 04-6226943, 054-5870032.