דער געזעלשאַפֿטלעכער ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט איינשטימיק באַשלאָסן צוצוטיילן דעם ערנפּרײַז פֿאַרן יאָר 2015 דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. די פּאָעטעסע װערט באַלױנט פֿאַר אירע אָנגעזעענע שעפֿערישע דערגרייכונגען אױפֿן געביט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג.
דאָס אײַנהענטיקן דעם פּרײַז, דעם 29סטן דעצעמבער 2015.
פֿון רעכטס צו לינקס: יהודית סולל, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, גלית ואבה שאשו (פֿאָרשטײערין פֿונעם קולטור־מיניסטעריִום), ד"ר שׂרה זיו
אויפֿטריט פֿונעם זינגער מענדי כּהנא מיטן קלעזמער־אַנסאַמבל פֿון אלי פּרעמינגער
פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון יוסי זעליגער
אַחוץ דעם, אינעם חודש יוני 2015 האָט די אינסטאַנץ צום ערשטן מאָל צוגעטיילט סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן אַקאַדעמישן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זעט די סטיפּענדיאַנטן־ליסטע אין דער רובריק "שטיצע, סטיפּענדיעס, פּרײַזן".