
דאָס גערעם פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק איז הויפּטזאַכלעך אַ גערמאַנישע. עס איז אָבער גרינג צו באַמערקן סלאַווישע, סעמיטישע, ראָמאַנישע און אַנדערע עלעמענטן, וועלכע באַרײַכערן די שפּראַך און גיבן איר צו פֿאַרשיידנאַרטיקייט, בייגעוודיקייט און עלאַסטישקייט.
צום בײַשפּיל, דימינוטיװ־סופֿיקסן האָט ייִדיש אַנטליִען נישט נאָר פֿון דײַטש, אָבער אויך פֿון רוסיש און ליטוויש. אייניקע פֿון זיי (טשיק, עלע) זענען שפּעטער אַרײַן אין העברעיִש.
וועגן דער השפּעה פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף ייִדיש לייענט אין דער רובריק שפּראַכפֿאָרשונג.
לערנביכער פֿאַר די ייִדיש־שפּראַכיקע
אַקאַדעמישע גראַמאַטיק פֿון ז. רייזען (1908, וואַרשע)
אַקאַדעמישע גראַמאַטיק פֿון ז. רייזען (1920, ווילנע)
פּראַקטישע גראַמאַטיק פֿאַר שילערס און סטודענטן פֿון א. זאַרעצקי (1926, מאָסקווע)
לערנבוך פֿאַר מיטלשולן פֿון י. מאַרק (1921, קאָוונע)
לערנבוך פֿון ג. מזין (1927, לאָנדאָן)
פּראַקטישע גראַמאַטיק פֿאַרן ברייטן עולם פֿון מ. בירנבאַום און ד. קאַסעל (1928, וואַרשע)
אַקאַדעמישע גראַמאַטיק פֿון א. זאַרעצקי (1929, ווילנע - וואַרשע)
אַקאַדעמישע גראַמאַטיק פֿון א. פֿאַלקאָוויטש (1930, מאָסקווע – כאַרקאָוו – מינסק)
לערנבוך פֿאַר דערוואַקסענע פֿון א. פֿאַלקאָוויטש (1936, מאָסקווע)
גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך פֿון י. מאַרק (1978, ניו־יאָרק)
לערנשטאָף פֿאַר די ניט־ייִדיש־שפּראַכיקע
ייִדישע גראַמאַטיק פֿאַר די העברעיִש־שפּראַכיקע
ייִדישע גראַמאַטיק פֿאַר די ענגליש־שפּראַכיקע