seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...
14.5 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 14טן מאַי 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט...
רייזל טערנערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 6 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
20.4 פֿאָרשטעלונג פֿון לענאַ סאָקאָלאָוו אין חדרה מאָנטיק, דעם 20סטן אַפּריל 2020, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש...
12.3 כאָר־געזאנג אין תּל־אָבֿיבֿ מיט שמוליק נאַדל דאָנערשטיק, דעם 12טן מערץ 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "עמך" אין תּל־אָבֿיבֿ װעט פֿאָרקומען אַ...
3.3 קאָנצערט פֿונעם זינגערס־דועט אין באר־שבֿע דינסטיק, דעם 3טן מערץ 2020, 16:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "עמך" אין באר־שבֿע װעט פֿאָרקומען אַ...
11.6 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן אין אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 11טן יוני 2020, אין אַשקלון וועט צום 24סטן מאָל פֿאָרקומען דער...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע ברימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

שלום־עליכם (שלום־יעקבֿ ראַבינאָוויטש; 2.03.1859, פּערעיאַסלעוו, איצט אוקראַיִנע – 13.05.1916, ניו־יאָרק) – דער גרעסטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אסתּר־רחל קאַמינסקע (10.03.1868, פּאָרוזעווע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 27.12.1925, וואַרשע) – אַ גרױסע אַקטריסע און טעאַטער־טוערין, ״די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער״.

שלמה מיכאָעלס (וואָווסי; 16.03.1890, דענענבורג, איצט דאַוגאַוופּילס, לעטלאַנד – 13.01.1948, מינסק) – דער גרעסטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

משה קולבאַק (20.03.1896, סמאָרגאָן, איצט ווײַסרוסלאַנד – 28.10.1937, מינסק) – באַרימטער דיכטער, דראַמאַטורג, מחבר פֿונעם ראָמאַן "זעלמעניאַנער".

ישׂראל אַקסענפֿעלד (מערץ 1787, נעמיראָוו, איצט אוקראַיִנע – זומער 1866, פּאַריז) – פּראָזאַיִקער פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה, מחבר פֿון די ראָמאַנען "דער שטערנטיכל" און "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט".

בערל בראָדער (מאַרגוליס; מערץ 1815, בראָד, איצט אוקראַיִנע – 1868, קאַרלסבאַד, איצט קאַרלאָווי וואַרי, טשעכײַ) – פֿאָלקסזינגער, גרונטלייגער פֿון דער כאַליאַסטרע "בראָדער זינגער", וועלכע פֿלעגן אומפֿאָרן אַרום גאַליציע און רומעניע.

דעם 24סטן מערץ 1925 איז אין ווילנע געגרינדעט געוואָרן ייִוואָ (ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט). זינט 1940 בזירט ער זיך אין ניו־יאָרק.

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn