seker

FaceBook

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

24.1 לעקציע וועגן פֿלייש, כּשרות, ליטעראַטור און פּאָליטיק אין תּ"א פֿרײַטיק, דעם 24סטן יאַנואַר 2020, 11:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
23.1 פּרעזענטאַציע פֿון א' קרתס בוך אויף ייִדיש אינעם לייוויק־הויז, תּ"א דאָנערשטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2020, 19:00 אַ זייגער, אינעם לייוויק־הויז (דבֿ־הוז־גאַס 30, תּל־אָבֿיבֿ) וועט...
14.1 פֿאָרשטעלונג פֿון בײלע בריקס־קלײן אין ראשון־לציון דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם ייִדיש־קלוב "מע לאַכט צוזאַמען" (מתּנ"ס...
14.1 רות לעווין זינגט אין תּל־אָבֿיבֿ אין ״אַטלאַנטידיש״  דינסטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2020, 20:00 אַ זייגער, אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער "יונג ייִדיש" (די...
די אַקטריסע אַנאַבעלאַ יעקבֿ ע"ה אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿון דער אַקטריסע פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל",  דער...
אַ ברכה צו דער אַקטריסע ליִאַ קעניג ‎מיר באַגריסן די ישׂראלדיקע אַקטריסע ליִאַ קעניג, די לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער...
ד"ר מיכאל לוקינס דיסערטאַציע, געשטיצטע פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די...
24.12 באַגעגעניש פֿון ייִדיש־פֿאָרשערס מיט פּראָפֿ' קוזניץ אין ירושלים דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין...
אַ נײַ בוך וועגן ייִדישער דראַמאַטורגיע: "אני בדרכי אלך" אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן...
6.2 פּאָלינע בעלילאָװסקי זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 6טן פֿעברואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...
9.1 לעקציע פֿון יעד בירן אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 9טן יאַנואַר 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12)...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.

תּנאָים פֿונעם קאָנקורס

איין דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן זײַנע געװינער. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו די פּרײַזן: ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים; ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים; ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים.

דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז מיטוואָך 21.8.2019, 23:59 אַ זײגער.

כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, װענדט זיך ביטע אין ביוראָ פֿון דער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס.

Submit to FacebookSubmit to Google PlusSubmit to TwitterSubmit to LinkedIn