seker

FaceBook

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

נייַעס

קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2020 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
קולטור־קאַלענדאַר אױף אַפּריל אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
אַ קראַנץ אין "יד־ושם" אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים דעם 21טן אַפּריל 2020 האָט דער דעלעגאַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
קולטור־קאַלענדאַר אויף מערץ אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:...
דער קאָראָנאַװירוס־גלאָסאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S] cordon off...
אָפּשאַפֿונג פֿון אונדזערע אימפּרעזעס מחמת דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע װערן אַלע אימפּרעזעס פֿון דער אינסטאַנץ אָפּגעשאַפֿן אָדער אָפּגעלײגט ביז דער ספעציִעלער מעלדונג....
23.6 תּלמידים פֿון נ. ליפֿשיץ זינגען אין תּל־אָבֿיבֿ דינסטיק, דעם 23טן יוני 2020 (די דאַטע האָט זיך געענדערט), 19:30 אַ זייגער, אינעם...
14.5 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 14טן מאַי 2020, 10:45 אַ זייגער, אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס 12) וועט...
רייזל טערנערס מאַגיסטער־אַרבעט געשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ שוין אין משך פֿון 6 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו...
20.4 פֿאָרשטעלונג פֿון לענאַ סאָקאָלאָוו אין חדרה מאָנטיק, דעם 20סטן אַפּריל 2020, 17:00 אַ זייגער, אין דער חדרהר געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש...
12.3 כאָר־געזאנג אין תּל־אָבֿיבֿ מיט שמוליק נאַדל דאָנערשטיק, דעם 12טן מערץ 2020, 10:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "עמך" אין תּל־אָבֿיבֿ װעט פֿאָרקומען אַ...
3.3 קאָנצערט פֿונעם זינגערס־דועט אין באר־שבֿע דינסטיק, דעם 3טן מערץ 2020, 16:00 אַ זייגער, אינעם קלוב "עמך" אין באר־שבֿע װעט פֿאָרקומען אַ...
11.6 אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע כאָרן אין אַשקלון דאָנערשטיק, דעם 11טן יוני 2020, אין אַשקלון וועט צום 24סטן מאָל פֿאָרקומען דער...

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


hadashot iruim

אינעם חודש אַפּריל איז געבוירן געוואָרן אַ רײ באַרימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

מאַקס ווײַנרײַך (22.04.1894, גאָלדינגען, איצט קולדיגאַ, לעטלאַנד – 29.01.1969, ניו־יאָרק) – איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע לינגוויסטן. ער איז געווען צווישן די גרינדערס און אָנפֿירערס פֿון ייִוואָ. זינט 1940 האָט ער געװױנט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. ער האָט אַרױסגעלאָזט די אַקאַדעמישע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" אין 4 בענדער און אַ סך אַנדערע מאָנאָגראַפֿיעס און אַרטיקלען.

חיים גראַדע (4.04.1910, ווילנע – 7.02.1982, ניו־יאָרק) - אַ באַרימטער דיכטער און פּראָזאַיִקער. אין די יאָרן 1941-46 האָט ער געװױנט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זינט 1948 – אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. צווישן אנדערן, האָט ער אָנגעשריבן אַ באַלאַדע אין זכר פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, אויסגעראָטענע נאָך סטאַלינס באַפֿעל.

חיים זשיטלאָווסקי (19.04.1865, אושאַטשי, איצט ווײַסרוסלאַנד – 5.05.1943, קאַלגאַרי, קאַנאַדע) - פֿילאָלאָג, פּראָזאַיִקער, ליטעראַרישער קריטיקער, פּאָליטישער טוער; אײנער פֿון אָרגאַניזאַטאָרן און װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ (1908).

אבֿרהם רייזען (8.04.1876, קוידענאָוו, איצט דזערזשינסק, ווײַסרוסלאַנד – 30.03.1953, ניו־יאָרק) - דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג. עטלעכע לידער זײַנע זײַנען געלײגט געװאָרן אױף מוזיק, צום בײַשפּיל "הוליעט, קינדערלעך", און זײַנען זײער פּאָפּולער.

אליעזר שטיינבאַרג (3.04.1880, ליפּקאַן, בעסאַראַביע / מאָלדאָווע – 28.03.1932, טשערנאָוויץ) – דער גרעסטער משלים־שרײַבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, פּעדאַגאָג.

גערש־דוד נאָמבערג (4.04.1874, משטשאָנאָװ, פּױלן – 21.11.1927, וואַרשע) - פּראָזאַיִקער, זשורנאַליסט, געזעלשאַפֿטלעכער טוער. דװקא ער האָט אױסגעטראַכט דעם טערמין "ייִדישיזם". אין זײַן באַרימטסטער דערצײלונג "פֿליגלמאַן" און אַנדערע האָט ער אויסגעדריקט דעם אינערלעכן פּסיכאָלאָגישן קאָנפֿליקט בײַ יונגע ייִדן, וואָס האָבן געהאַט פֿאַרלאָזט די טראַדיציעס פֿון זייער פֿאָלק.

הירש גליק (24.04.1922, ווילנע - זומער 1944, עסטלאַנד) - דיכטער, מחבר פֿונעם ייִדישן פּאַרטיזאַנען־ליד "זאָג נישט קיינמאָל...". בעת דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ווילנער געטאָ (אָקטאָבער 1943) האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן אַנטלויפֿן, אבער איז געכאַפּט געוואָרן און איבערגעפֿירט אינעם לאַגער "גאָטפֿעלד" אין עסטלאַנד; פֿון דאַנען האָט ער אויך פּרובירט אַנטלויפֿן, אָבער בעתן ויבֿרח איז ער דערמאָרדעט געוואָרן.

 

אינעם חודש מערץ זײַנען געבוירן געוואָרן די פֿאָלגנדע ברימטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער קולטור:

שלום־עליכם (שלום־יעקבֿ ראַבינאָוויטש; 2.03.1859, פּערעיאַסלעוו, איצט אוקראַיִנע – 13.05.1916, ניו־יאָרק) – דער גרעסטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אסתּר־רחל קאַמינסקע (10.03.1868, פּאָרוזעווע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 27.12.1925, וואַרשע) – אַ גרױסע אַקטריסע און טעאַטער־טוערין, ״די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער״.

שלמה מיכאָעלס (וואָווסי; 16.03.1890, דענענבורג, איצט דאַוגאַוופּילס, לעטלאַנד – 13.01.1948, מינסק) – דער גרעסטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

משה קולבאַק (20.03.1896, סמאָרגאָן, איצט ווײַסרוסלאַנד – 28.10.1937, מינסק) – באַרימטער דיכטער, דראַמאַטורג, מחבר פֿונעם ראָמאַן "זעלמעניאַנער".

ישׂראל אַקסענפֿעלד (מערץ 1787, נעמיראָוו, איצט אוקראַיִנע – זומער 1866, פּאַריז) – פּראָזאַיִקער פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה, מחבר פֿון די ראָמאַנען "דער שטערנטיכל" און "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט".

בערל בראָדער (מאַרגוליס; מערץ 1815, בראָד, איצט אוקראַיִנע – 1868, קאַרלסבאַד, איצט קאַרלאָווי וואַרי, טשעכײַ) – פֿאָלקסזינגער, גרונטלייגער פֿון דער כאַליאַסטרע "בראָדער זינגער", וועלכע פֿלעגן אומפֿאָרן אַרום גאַליציע און רומעניע.

דעם 24סטן מערץ 1925 איז אין ווילנע געגרינדעט געוואָרן ייִוואָ (ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט). זינט 1940 בזירט ער זיך אין ניו־יאָרק.

coronavirus pandemic די קאָראָ֜נאַ־ווי֜רוס־פּאַנדעמיע [DI KORÓNA-VÍRUS-PANDÉMYE]

containment zone די אײַ֜נהאַלט־<אײַ֜נצאַם־>זאָ֜נע, ־ס
[DI ÁYNHALT-<ÁYNTSAM->ZÓNE, -S]

cordon off אָ֜פּקאָרדאָני֜רן; אײַ֜נקאָרדאָני֜רן; שאַפֿן אַ קאָרדאָ֜ן אַרו֜ם
[ÓPKORDONÍRN; ÁYNKORDONÍRN; ShAFN A KORDÓN ARÚM]

deploy the National Guard צעשטע֜לן <פֿונאַ֜נדערשטעלן> די לאַ֜נדוואַך
[TSEShTÉLN <FUNÁNDERShTELN> DI LÁNDVAKh]

in isolation אָ֜פּגעזונדערט; איזאָלי֜רט
[ÓPGEZUNDERT; IZOLÍRT]

lock down פֿאַרשפּאַ֜רן
[FARShPÁRN]

the lockdown דאָס פֿאַרשפּאַ֜רן; די פֿאַרשפּאַ֜רונג
[DOS FARShPÁRN; DI FARShPÁRUNG]

be in lockdown זײַן פֿאַרשפּאַ֜רט
[ZAYN FARShPÁRT]

mode of transmission דער אי֜בערטראָג־מאָ֜דוס, ־ן
[DER ÍBERTROG-MÓDUS, -N]

practice self-isolation <זיך אַליי֜ן אָ֜פּזונדערן <איזאָלי֜רן
[ZIKh ALÉYN ÓPZUNDERN <IZOLÍRN>]

practice social distancing האַלטן זיך פֿון דער ווײַטנס; אָ֜פּהאַלטן <דערווײַ֜טערן> זיך פֿון אַ֜נדערע
[HALTN ZIKh FUN DER VAYTNS; ÓPHALTN <DERVÁYTERN> ZIKh FUN ÁNDERE]

stock up on essentials אָ֜נגרייטן ‹פֿאַרגריי֜טן/זאַפּאַ֜֜סעווע|ן› פֿו֜נעם סאַ֜מע ניי֜טיקסטן
[ÓNGREYTN <FARGRÉYTN/ZAPÁSEVE|N> FÚNEM SÁME NÉYTIKSTN]

transmission of the virus דאָס אי֜בערטראָגן דעם ווי֜רוס
[DOS ÍBERTROGN DEM VÍRUS]

test kit דאָס טעסטי֜ר־געצײַ֜ג
[DOS TESTÍR-GETSÁYG]

have test negative האָבן נעגאַטי֜ווע (טע֜סט־)⁠רעזולטאַ֜טן
[HOBN NEGATÍVE (TÉST-)REZULTÁTN]

have test positive האָבן פּאָזיטי֜װע (טע֜סט־)⁠רעזולטאַ֜טן
[HOBN POZITÍVE (TÉST-)REZULTÁTN]

false positive דער פֿאַ֜לשער פּאָזיטי֜װער (טע֜סט־)⁠רעזולטאַ֜ט
[DER FÁLShER POZITÍVER (TÉST-)REZULTÁT]

Several states recommended that people practice social distancing.
ע֜טלעכע שטאַטן זע֜נען אַרוי֜ס מיט אַ רעקאָמענדאַ֜ציע אַז מע זאָל זיך אָ֜פּהאַלטן <דערווײַ֜טערן> איינס פֿו֜נעם אַ֜נדערן.
[ÉTLEKhE ShTATN ZÉNEN ARÓYS MIT A REKOMENDÁTSYE AZ ME ZOL ZIKh ÓPHALTN <DERVÁYTERN> EYNS FÚNEM ÁNDERN]

“Flattening the curve” refers to the need to slow transmission of the Coronavirus.
„אויספּלאַטשיקן די קרומע“ הייסט, אַז מע דאַרף פֿאַרפּאַמעלעכן דאָס איבערגעבן דעם ווירוס.

[“ÓYSPLATShIKN DI KRÚME” HEYST, AZ ME DARF FARPAMÉLEKhN DOS ÍBERGEBN DEM VÍRUS]

Anyone who has had contact with someone who tested positive should self-isolate.
װע֜ר סע האָט נאָר געהאַ֜ט קאָנטאַ֜קט מיט ע֜מעצן װאָס האָט געקראָ֜גן אַ פּאָזיטי֜װן טע֜סט־רעזולטאַ֜ט דאַרף זיך אַלײ֜ן איזאָלי֜רן.
[VÉR SE HOT NOR GEHÁT KONTÁKT MIT ÉMETSN VOS HOT GEKRÓGN A POZITÍVN TÉST-REZULTÁT DARF ZIKh ALÉYN IZOLÍRN]

Global efforts at this time are focused concurrently on lessening the spread and impact of this virus.
גלאָבאַ֜לע באַמיִ֜ונגען שטעלן איצט דעם טראָפּ אױפֿן פֿאַרקלענע֜רן דעם פֿאַרשפּרײ֜ט און די װי֜רקונג פֿו֜נעם װי֜רוס.
[GLOBÁLE BAMÍUNGEN ShTELN ITST DEM TROP AFN FARKLÉNERN DEM FARShPRÉYT UN DI VÍRKUNG FÚNEM VÍRUS]

שוין אין משך פֿון 6 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין רייזל טערנער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז: "קעגן דער ייִדישער אפשטויסונג פונעם ייִדישן פארטיקולאריזם: חיים זשיטלאווסקיס פאדאגאגישער געראנגל קעגן דער אסימילאציע פון די אשכנזים אין אמעריקע".

כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

דער ייִדיש־קלוב אין רעננה האָט געענדערט זײַן אַדרעס. איצט געפֿינט ער זיך אינעם קולטור־צענטער אױף הגנה־גאַס 114. דער טעלעפֿאָן־נומער איז געבליבן 09-7431614

דעם 29סטן פֿעברואַר 2020, 11:00 אַ זייגער, אין דעם רמת־גנער טעאַטער (חיבת־ציון־גאַס 16) וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אין אָריגינעלע באַאַרבעטונגען - קלאַסישע און פֿאָלקסטימלעכע - אין דער אויספֿירונג פֿונעם זינגער מיכאל ריסקין מיט דער באַגלייטונג פֿונעם רמת־גנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער.

נאָך פּרטים באַקומט מען דורכן טעלעפֿאָן 03-6757400 און אויפֿן וועבזײַטלhttps://mbe-rg.smarticket.co.il/%D7%99%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9_Show/?id=2001

ibudim

Naomi Praver

די אָרגאַניזאַציע "אַרבעטער־רינג" לאַדט אַלעמען אײַן צו באַהערשן די ייִדישע שפּראַך אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען: פֿון די אָנהייבערס ביז די סאַמע פֿאָרגעשריטענע.

מע קאָן זיך לערנען סײַ אין געוויינלעכע קלאַסן (אין ניו־יאָרק), סײַ דיסטאַנצירט, אויפֿן מאָדערנעם קאָמפּיוטעריזירטן אופֿן online (אומעטום אויף דער גאַנצער וועלט). 

די פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל.

registration

שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין עינת טמיר פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט. די טעמע איז: "די שליסל־געשטאַלטן און הויפּט־מאָטיוון פֿון די ייִדישע פֿילמען, געמאַכטע אין מזרח־ און צענטראַלער אייראָפּע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט".

כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

ash

colloq2020 1

 

אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט

פֿון דער אַקטריסע פֿונעם טעאַטער "ייִדישפּיל", 

דער לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער

אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַר דעם יאָר 2019

אַנאַבעלאַ יעקבֿ ע"ה.

כּבֿוד איר אָנדענק

 annabella

‎מיר באַגריסן די ישׂראלדיקע אַקטריסע ליִאַ קעניג, די לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר 2016, מיט איר 90סטן געבױרן־טאָג!

liakenig

שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די דאָקטאָר־אַרבעט, צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַט מיכאל לוקין פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. איר טעמע איז "פֿאָלקסלידער אויף ייִדיש: פּאָעטיק און מוזיק".

דינסטיק, דעם 24סטן דעצעמבער 2019, צווישן 16:00 און 18:30 אַ זייגער, אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים (קאַמפּוס הר־הצופים) וועט פֿאָרקומען אַ באַגעגעניש פֿון דאָקטאָראַנטן און מאַסטעראַנטן, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, מיט פּראָפֿעסאָר סעסיל קוזניץ פֿונעם באַרד־קאָלעדזש (שטאַט ניו־יאָרק).

די אימפּרעזע ווערט אָרגאַניזירט אינעם גערעם פֿונעם נײַעם שפּאָגל־פּראָיעקט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט "ייִדיש־פֿאָרשונגס קאָלאָקוויִום", קאָאָרדינירט פֿון דיאַנע שפּירא.

פּראָפֿ' קוזניץ וועט דורכפֿירן אַ וואַרשטאַט אויף ייִדיש און רעפֿערירן אויף ענגליש אויף דער טעמע: אויפֿקום פֿון מאָדערנער ייִדישער וויסנשאַפֿט און געשיכטע פֿון ייִוו"אָ.

Kuznitz

אויף די קומענדיקע חדשים ווערן פּלאַנירט אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ' חוה טורניאַנסקי "ייִדיש און העברעיִש – צוויי שפּראַכן פֿון איין קולטור" און אַ רעפֿעראט פֿון דער דאָקטאָראַנטין יעל לוי "אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם צווייטן העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט".

אינעם פּראָיעקט באַטייליקן זיך ייִדיש־פֿאָרשערס און סטודענטן אויך פֿון אַנדערע ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, וועלכע קריגן אויף אַזאַ אופֿן אַ באַקוועמע און ניצלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע אַקאַדעמישע סבֿיבֿה, אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך און אויסצוטוישן זיך מיט אידעען און דערפֿאַרונג.

די גאַנצע דאָזיקע טעטיקייט ווערט דורכגעפֿירט פֿרײַוויליק; מע זוכט אָבער אַ ספּאָנסער און מע וועט מיט דאַנקבאַרקייט אָננעמען יעדע הילף.

אַ נײַ בוך אויף העברעיִש וועגן דער ייִדישער דראַמאַטורגיע "אני בדרכי אלך" ("מיט מײַן וועג וועל איך גיין"), פֿאַרפֿאַסט פֿון ד"ר יניבֿ גאָלדבערג און נוגה לעווין־קייני, איז דערשינען אינעם פֿאַרלאַג "הקיבוץ המיוחד" מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. 

נאָך פּרטים באַקומט מען אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם פֿאַרלאַג: קוועטשט דאָ אָן.

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין ישׂראל פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען.

דעם הויפּטפּריז, וואָס קומט מיט אַ באַלוינונג פֿון 3,000 שקלים, באַקומט עטל ניבאָרסקי פֿאַר איר דערציילונג „בריוו צו אַ בלינדן זיידן‟.

אויפֿן צווייטן אָרט איז שירי שפּירא, די מחברטע פֿון דער דערציילונג „דרײַ אלמנות‟„דרײַ אלמנות‟ - זי באַקומט אַ באַלוינונג פֿון 1,500 שקלים.

רפֿאל האַלף האָט געוווּנען דעם דריטן אָרט פֿאַר זײַן דערציילונג „אַ בריוו דער פּאָסט‟ און ער באַקומט אַ באַלוינונג פֿון 1,000 שקלים. 

לייענט דעם פֿולן טעקסט פֿונעם אַרטיקל אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס".

פֿיר פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "אסתּרס קאַבאַרעט" אויף ייִדיש וועלן פֿאָרקומען אין תּל־אבֿיבֿ, ירושלים און חיפֿה אין דער תּקופה פֿונעם 20סטן נאָװעמבער ביזן 6טן דעצעמבער 2019. זעט די פּרטים אויף דער אַפֿישע.

די בילעטן קאָן מען באַשטעלן דורכן טעלעפֿאָן 050-9831979. כּדי צו באַקומען אַ ספּעציִעלן ראַבאַט, װײַזט אָן אַז איר זײַט די פֿרײַנט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

cabare1

שוין אין משך פֿון 5 יאָר טיילט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור צו סטיפּענדיעס די סטודענטן פֿון צווייטן און דריטן לערנגראַד, װעלכע אַרבעטן איבער די פֿאָרשונגען אָדער דיסערטאַציעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

איצט פּובליקירן מיר די מאַגיסטער־אַרבעט (A.M), צוגעגרייט פֿון אונדזער סטיפּענדיאַטין דניאלה מאוער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די טעמע איז: די ייִדישע ווערסיעס פֿונעם 'פרק שירה' אין 18-17טן יאָרהונדערטער.

כּדי צו זען דעם פֿולן טעקסט, קוועטשט אָן דאָ.

acmonYIwirzer

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער און שפּאַנענדער אונטערנעמונג, דהײַנו – קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש. דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר די בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן דערװײַל קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.

תּנאָים פֿונעם קאָנקורס

איין דערצײלונג, װאָס איז נאָך ניט געװען געדרוקט, דאַרף באַשטײן פֿון 3000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן זײַנע געװינער. די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו די פּרײַזן: ס'ערשטע אָרט – 3000 שקלים; ס'צװײטע אָרט – 1500 שקלים; ס'דריטע אָרט – 1000 שקלים.

דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז מיטוואָך 21.8.2019, 23:59 אַ זײגער.

כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכנדיק די פּרטים פֿון איבערצושיקן די דערצײלונגען, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַ"װ, װענדט זיך ביטע אין ביוראָ פֿון דער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס.

אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿונעם געטרײַעם ייִדישיסט, פֿיליריקן כּלל־טוער

מרדכי דוניץ ע"ה. ער איז געווען 96 יאָר אַלט.

 די לוויה קומט פֿאָר 22.7.19, 12.00 אַ זייגער, אויפֿן בית־עלמין קדימה. 

די שבֿעה זיצט מען אויף הטווס־גאַס 3/6 קדימה.
כּבֿוד זײַן אָנדענק