seker

נייַעס

ייִדיש־קורס אױפֿן ״דואָלינגאָ״ אױפֿן װעבאָרט ״דואָלינגאָ״ קאָן מען לערנען אָן געלט פֿאַרשיידענע שפּראַכן - איצט אויך ייִדיש....
קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש - 2021 די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט דעם קהל שרײַבער אָנטײל צו נעמען אין...
7.10.2021 קאָנצערט פֿון חן לאַקס אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 7טן אָקטאָבער 2021, 11:00 אַ זייגער, אין דעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס,...
29.8.2021 קאָנצערט פֿון שיראל דאַשעווסקי אין הרצליה זונטיק, דעם 29סטן אויגוסט 2021, 17:00 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6)...
21.7.2021 ורד קאָפּלס לעקציע וועגן ליבע, שידוכים און משפּחה דורך שפּריכווערטער די פֿאַרבינדונג אויפֿן זום: https://us02web.zoom.us/j/81942372512?pwd=bGZKWGZQSHRSaElKZVJEUUorWFJ0QT09  
18.3.2021 - די פֿאָרשטעלונג פֿון די שילערינס פֿון דער פּלך־שול די פֿאַרבינדונג: https://www.youtube.com/watch?v=3Atk-wzQFTo
די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד דעם ירושלים־טאָג  קוועטשט אָן כּדי צו זען די פֿײַערלעכע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד דעם ירושלים־טאָג
27.1.2021 די פּרעמיערע־פֿאָרלעזונג פֿון א. מאירקעוויטשעס פּיעסע "אַבוש און זאָשקע" דעם 27סטן יאַנואַר 2021, לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן, אין ״זום״ איז פֿאָרגעקומען די...
28.1.2021 פּראָפֿ׳ נתי כּהנס לעקציע װעגן ייִדישער ליטעראַטור אין פּױלן צװישן די מלחמות .פּרטים און בילעטן קריגט מען אױפֿן װעבזײַטל אָדער דורך דער בליצפּאָסט  
באַגריסונג דעם פּראָפֿעסאָר נתן כּהן מיר באַגריסן דעם מיטגליד פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן ראַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור...
בײלע בריקס־קלײנס אױטאָביאָגראַפֿישע מוזיקאַליש־דראַמאַטישע סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג דעם 9טן דעצעמבער 2020 איז בײלע בריקס־קלײן אױפֿגעטראָטן אינעם גערעם פון אונדזער ציקל "אַן אָפּגע'זומ'דערטן ווינקעלע" מיט דער אױטאָביאָגראַפֿישער...

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


די ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסיקערס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים
ייִדישע לידער האָבן געוווּנען אינטערנאַציאָנאַלע פּאָפּולערקייט
ייִדיש איז אַנטשטאַנען אינעם 10־טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
ייִדישע ווערטערביכער: געדרוקטע און קאָמפּיוטעריזירטע


די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט באַשטימט די לאַורעאַטן פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין ישׂראל פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען פֿאַרן יאָר 2021:

אלי שאַרפֿשטיין "דאָס גרויסע געווינס"

שלמה לערמאַן "צוויי נסים"

פּועה פּרי "מעסערלעך"

קליקט אָן אויף די נעמען כּדי צו לייענען די פֿולע טעקסטן

iberzec

רות לעווין טרעט אויף אויפֿן דערציילערס־פֿעסטיוואַל

sipurim

רבֿקה רײַך ע"ה

rivkareich

אין טיפֿן טרויער זײַנען מיר מודיע וועגן דעם טויט פֿון דער ייִדיש־לערערין, דער לאַורעאַטין פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער אינסטאַנץ רבֿקה רײַך. זי איז אַוועק אין עלטער פֿון 91 יאָר. דורותלאַנג האָט רבֿקה געלערנט אונדזער שפּראַך אינעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, אינעם שלום־עליכם־הויז און אין אַנדערע אַנשטאַלטן. כּבֿוד איר אָנדענק

עפּעס נײַס אויפֿן יוטויב! קוקט דעם קאַנאַל פֿון דער אינסטאַנץ

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור לייגט פֿאָר די אַנשטאַלטן און די זעלבשטענדיקע טוערס צו ווענדן זיך נאָך פֿינאַנציעלער שטיצע פֿאַר פּראָיעקטן, וועמענס ציל איז אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה, צו באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען, צו דערמוטיקן די נײַע קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש, צו פּראָפּאַגאַנדירן און סטימולירן די שטודיעס אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור. פּרטים באַקומט מען דאָ

   צווישן די נײַע ביכער, אַרויסגעגעבענע מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור:
20201123 080657

boccacio

אַ קראַנץ אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים

דעם 9טן אַפּריל 2021 האָט די דעלעגאַציע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אינעם באַשטאַנד פֿון מלכּה זמלי און דניאל גלאי געלײגט אַ קראַנץ אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" אין ירושלים, אין אָנדענק פֿון די חורבן־קדושים

2021zer

די לאַורעאַטן פֿונעם ערנפּרײַז פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַרן יאָר 2021

2021.lemster

 משה לעמסטער – דיכטער און פּראָזאַיִקער

 2021.rubinstein

 בלהה רובינשטיין – ליטעראַטור־פֿאָרשערין און איבערזעצערין

2021.rudnicky

 ישׂראל רודניצקי - שרײַבער, רעדאַקטאָר און איבערזעצער 

 

1.12.2020. די צערעמאָניע פֿון דער צוטיילונג פֿון די פּרײַזן פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַרן לעבנס־אויפֿטו אויפֿן געביט פֿון מוזיק פֿאַרן יאָר 2020

2020tekes

דניאל גלאי – קאָמפּאָזיטאָר

2020gal

דודו ישער – זינגער, אַקטיאָר און חזן

2020fishe

די לאַורעאַטן פֿונעם ייִדישן דערציילונג־קאָנקורס 2020

 אלקסנדר פֿיש

2020fischa

 רות לעווין

2020levi
לייבל באָטוויניק
2020botvink

די יצירות פֿון די לאַורעאַטן פֿונעם ייִדישן דערציילונג־קאָנקורס  2020

לייבל באָטוויניק: "פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי"
אַלקסנדר פֿיש: "די דרײַ בריוו װאָס פֿעליקס האָט געשריבן בנימינען"   
רות לעווין: "אַ רײַזע פֿון טשערנאָוויץ קיין קיִעוו״

די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, געגרינדעט פֿון נחמה ליפֿשיץ ע"ה און אָנגעפֿירט פֿון רעגינע דריקער


glatshteyn

יעקבֿ גלאַטשטיין 

רעד צו מיר ייִדיש

רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד. 
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא. 
אַבֿרהם מיט שׂרהן קומען מיר אַנטקעגן 
פֿון דער מערת־המכפּלה.
 

לייענען מער

דעם 4טן ביולי 2021 איז אין תּל־אָבֿיבֿ מיט גרויס הצלחה פֿאָרגעקומען אונדזער אימפּרעזע, געווידמעט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿונעם דיכטער איציק מאַנגער.

דער פֿולער זאַל צושױערס (אַלע האָבן געטראָגן מאַסקעס!) האָט געהאַט הנאה פֿון דער לעקציע פֿון ד"ר אביבה טל
manger aviva

און פֿונעם קינסטלערישן טייל, אין וועלכן זײַנען אויפֿגעטראָטן די זינגערס ראָזע קליין און מקסים לוי, מיט פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון רעגינע דריקער.
manger konzert

אַן אָפּגע'זומ'דערט ווינקעלע: אונדזערע זום־אימפּרעזעס 

 20.7.2021: די שוישפילערין אסתי ניסים

estinisim

  23.6.2021: דער קלרנעטיסט גל קליין 

gk

   9.6.2021: די לעקציע וועגן דעם דיכטער יעקב גלאַטשטיין

glatstein

  26.5.2021: דער זינגער מיכאל גײַסינסקי  מיט דער פּראָגראַם "לאָמיר אַלע אין איינעם"

gaisin

  10.5.2021: דער זינגער מיכאל ריסקין מיט דער פּראָגראַם "די לידער פֿון מײַן עלטער־זיידן" 

riskin

 26.4.2021: ד"ר עידו בסוק מיט דער לעקציע וועגן דעם העברעיִשן שרײַבער יעקב שבתאי (1981-1934), וואָס פֿלעגט מיט גרויס ליבע און באַגײַסטערונג איבערזעצן ייִדישע דראַמאַטורגיע און פּאָעזיע אויף העברעיִש און האָט געפּועלט צו פֿאַרבעסערן די געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונג צו ייִדיש אין ישׂראל. 

basuk

6.4.2021: דער אָפּערע־זינגער אַנאַטאָלי ליין מיט דער לידער־פּראָגראַם "אַלע פֿאַרבן פֿון ייִדיש"קוועטשט אויף דער פֿאַרבינדונג

lein

14.3.2021: באַגעגעניש מיט די פֿאָרשערס "ייִדישע פּרעסע אינעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט". כּדי צו קוקן די רעקאָרדירונג פֿון אָט דער אימפּרעזע, קוועטשט אויף דער פֿאַרבינדונג

8.3.2021: די פֿידלערין און לעקטאָרין חיה ליבֿני - "דאָס ייִדישע פֿידל" 

 
פּראָגראַם פֿון די ייִדיש־לימודים אינעם יאָר תשפ"א

אינעם "בית־שלום־עליכם" און דורך "זום"

אינעם צענטער "י אָ" און דורך "זום"

אַז מע זיצט אין דער היים, האָט מען מער צײַט צום לייענען, למשל: "כעלעמער חכמים"״די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק״, אַלע שלום־עליכס ווערקגעקליבענע פּראָזאַיִשע ווערק אויף ייִדישאַ בלאָג פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּראָזעגעקליבענע ווערק מיט ענגלישע איבערזעצונגעןאַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער פּאָעזיעבלאָגן פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע

דער נײַער אויפֿטו פֿון דער אינסטאַנץ

אַ ייִדיש־קלוב בײַ אײַך אין דער היים

די 19טע באַגעגעניש - וועגן קולטור־טוערס און פּאָליטיקערס, וועמענס ווערטער דערמאָנען, וויִאַזוי די ייִדישע שפּראַך האָט געהאָלפֿן צו געשטעלטיקן אונדזער קולטור־לעבן

די 18טע באַגעגעניש - אויסגעוויילטע אינטערעסאַנטע פֿראַגמענטן

די 17טע באַגעגעניש - וועגן דער דיכטערין קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

די 16טע באַגעגעניש - וועגן דער דראַמע "הדיבוק" פֿון ש. אַנ-סקי

די 15טע באַגעגעניש - וועגן דעם ייִדישן טרובאַדור מרדכי געבירטיג 

  די 14טע באַגעגעניש - וועגן דעם דיכטער און דראַמאַטורג פּרץ מאַרקיש

די 13טע באַגעגעניש - וועגן דער ליקווידאַציע פֿון דער ווילנער געטאָ

די 12טע באַגעגעניש - דרײַ לעקציעס אױפֿן יו־טיוב: "ייִדישע מאַמע אין דער ייִדישער ליטעראַטור", "עסן אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר",
"דער ניגון בלײַבט - ייִדיש בײַ מאיר שליוס פּערסאָנאַזשן"

 די 11טע באַגעגעניש - לאָמיר רעדן ייִדיש

 די 10טע באַגעגעניש - כּלערליי טשיקאַוועס

 די 9טע באַגעגעניש - ד"ר מרדכי יושקאָווסקיס דרײַ לעקציעס אױפֿן יו־טיוב

 די 8טע באַגעגעניש - וועגן דעם שרײַבער שלום אַש

 די 7טע באַגעגעניש - וועגן די קאָמיקערס שמעון דזשיגאַן און ישראל שומאַכער

 די 6טע באַגעגעניש - פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערנס לעקציע "די רײַזע צווישן די וועלטן"

 די 5טע באַגעגעניש - לכּבֿוד דעם 160סטן געבוירן־טאָג פֿונעם דיכטער שמעון פֿרוג 

 די 4טע באַגעגעניש - װעגן דעם שרײַבער יצחק באַשעװיס־זינגער

 די 3טע באַגעגעניש - לייבל באָטוויניקס לעקציע "אַ ייִד זינגט" וועגן זײַן טאַטן

 די 2טע באַגעגעניש - שמואל עצמונס סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג

 די 1טע באַגעגעניש - גל קליינס לעקציע װעגן דער כּליזמרים־װעלט

אין די קאָראָנאַ־טעג אָרגאַניזירט די אינסטאַנץ קינסטלערישע פֿאָרשטעלונגען אין די הויפֿן פֿאַר באַיאָרטע בירגערס, כּדי צו פֿאַרשאַפֿן זיי נחת פֿון ייִדישע לידער. דאָס זײַנען די בילדער פֿון די עלטערן־הײַזער אין הרצליה און ירושלים
mugan1

mugan0

 ראַדיאָ־אוידיציע אונטערגעשטיצט פֿון דער אינסטאַנץ – אויך אויף דער אינטערנעץ

facebook radio

די וואָכנטלעכע ראַדיאָ־אוידיציע, אונטערגעשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, ווערט טראַנסלירט: יעדן פֿרײַטיק 14:00 אַ זייגער אויף די פֿרעקווענצן 105.3 און FM 104.9; יעדן פֿרײַטיק 17:00 אַ זײגער און אַלע מוצאי־שבת 22:00 אַ זייגער אױף 100.3, 100.5 און 101.3 FM (רק"ע). 

אַ חוץ דעם, די דאָזיקע אוידיציע קאָן מען הערן אויף דער אינטערנעץ: קוועטשט אָן אויף דער פֿאַרבינדונגהערט צו, האָט הנאה און שיקט אונדז אײַערע אָפּקלאַנגען!

די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז געגרינדעט געװאָרן אינעם יאָר 1996 לױטן באַשלוס פֿונעם כּנסת, װעלכער האָט אָנגענומען דעם געזעץ וועגן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

די אינסטאַנץ איז באַשעפֿטיקט, צווישן אַנדערן, מיט די קומענדיקע אויפֿגאַבעס: 

* באַקענען די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור אין אַלע אירע פֿאָרמען;
* שטיצן די פֿאָרשונגען אױפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרברייטערן און פֿאַרבעסערן דעם אונטערריכט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור;
* דערמוטיקן די קינסטלערישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש;
* זאַמלען, דאָקומענטירן און קאַטאַלאָגיזירן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור;
* פֿאַרעפֿנטלעכן די בולטע ווערק
פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור סײַ אינעם מקור, סײַ אין דער העברעיִשער איבערזעצונג;
* מיטאַרבעטן מיט באַקאַנטע ייִדישע קולטור־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד;
* איבערגעבן די ייִדישע קולטור־טראַדיציע די קינפֿטיקע דורות.

לייענט די אַרטיקלען וועגן אונדזער טעטיקייט, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" דעם 21סטן אויגוסט 2015 און דעם 10טן יאַנואַר 2016 

uflebung jr